אַזוי ווי אַ סך ייִדישע שרײַבערינס, און ייִדישע שרײַבער וואָס זענען געווען אַקטיוו אין די לעצטע 40 יאָר בכלל, איז יענטע מאַש ווײַט ניט אַזוי ברייט באַקאַנט ווי עס קומט איר. דער מצבֿ וועט זיך, אפֿשר, בײַטן, אַ דאַנק דעם וואָס די איבערזעצערין און זשורנאַליסטקע עלען קאַסעדי האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ זאַמלונג פֿון מאַשס דערציילונגען אין איר ענגלישער איבערזעצונג.
קאַסעדי וועט, דינסטיק, דעם 13טן נאָוועמבער, פֿאָרלייענען פֿון דער זאַמלונג On the Landing אינעם באַרימטן מאַנהעטענער ביכערקראָם Book Culture. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זיבן אַ זייגער אין אָוונט. דער טיטל On the Landing איז אן איבערזעצונג פֿונעם טיטל פֿון משהס דערציילונג „אויפֿן פּריסטאַוו.‟
יענטע מאַש (1922־2013) איז געווען אַן אוניקאַל קול אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
אַ געבוירענע אינעם בעסאַראַבער שטעטל זגוריצע, האָט זי פֿאַר 1941 פֿאַרענדיקט אַ העברעיִשע פֿאָלקסשול און אַ רומענישע גימנאַזיע. גלײַך פֿאַר דער דײַטשישער אינוואַזיע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן די קאָמוניסטן פֿאַרשיקט איר משפּחה קיין סיביר, וווּ אירע עלטערן זענען אויסגעגאַנגען פֿון הונגער. מאַש האָט זיך באַזעצט אין קעשענעוו אין 1948, וווּ זי האָט געאַרבעט ווי אַ בוכהאַלטערין. קיין דערציילונגען האָט זי ניט אָנגעשריבן ביז נאָך דעם וואָס זי האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין 1977, ווײַל זי האָט ניט געוואָלט, אַז אירע ווערק זאָלן דאַרפֿן נאָכפֿאָלגן די דיקטאַטן פֿון דער סאָוועטישער פּאָליטישער ליניע.
שוין צו 68 יאָר האָט זי אין 1990 אַרויסגעלאָזט איר ערשט בוך, „טיף אין דער טײַגע‟, װאָס איז שטאַרק געלויבט געװאָרן. דאָס בוך גיט איבער אירע שוידערלעכע איבערלעבונגען בעת די יאָרן אין סיביר. במשך פֿון די ווײַטערדיקע 17 יאָר האָט זי פּובליקירט נאָך דרײַ ביכער און באַקומען פֿינף ליטעראַרישע פּרעמיעס.
עלען קאַסעדי איז לאַנגע יאָרן געווען אַ זשורנאַליסטקע. אין 2004 האָט זי זיך געלערנט ייִדיש אין ווילנע אויף דער אָרטיקער זומער־פּראָגראַם און געשריבן אַ ביכל זכרונות וועגן אירע איבערלעבונגען דאָרטן. במשך פֿון די לעצטע יאָרן האַלט זי אין איין אַרויסלאָזן איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף ענגליש, איבערהויפּט פֿון די שרײַבערינס בלומע לעמפּל און יענטע מאַש. אַ זאַמלונג דערציילונגען פֿון בלומע לעמפּל, וואָס זי האָט איבערגעזעצט צוזאַמען מיט ירמיהו אַהרן טאַוב, איז אַרויס אין 2016.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.