די העלדן פֿון יוסף אָפּאַטאָשוס דערצײלונג „װען פּױלן איז געפֿאַלן‟ (1943) זײַנען דרײַ אַמעריקאַנער „אָלרײַטניקס‟. אָבער װען זײ באַקומען די ידיעה װעגן דעם חורבן פֿון װאַרשע, װערן זײ צעבראָכן. פּלוצעם פֿילן זײ זיך װידער װי פּױלישע ייִדן, און נײטיקן זיך אין אַ גײַסטיקער נחמה. זײ זוכן אָפּ דעם אַלטן חסיד ר’ איטשע, װאָס װאַלגערט זיך אין אַ גערער שטיבל אױף הענרי־סטריט אינעם לאָוער־איסט סײַד, באַקאַנט אויף ייִדיש ווי דער „איסט־סײַד‟:
„פּלײצעס — גלײַכע, ברײטע. שיך — צעפֿאָרענע. אַ געדיכטע, דורכגעװײטיקטע באָרד, װאָס איז אַ מאָל געװען ציגלרױט און איצט פֿאַרזשאַװערט בראָנז, איז געקראָכן אונטערן רבנישן קאַפּעליוזש, װאָס איז פֿול געװען מיט קנײטשן און לעכער‟. די צײַט האָט זיך אָפּגעשטעלט אױפֿן איסט־סײַד, און ייִדן זײַנען דאָרט פֿאַרבליבן פּונקט אַזױ װי זײ זײַנען געװען אין דער אַלטער הײם.
אָפּאַטאָשוס פּאָרטרעט פֿון ר’ איטשע װאָלט גוט געפּאַסט צו דער גאַלעריע פֿון געשטאַלטן, װאָס װערן באַהאַנדלט אינעם בוך „װי די אַנדערע העלפֿט זעט אױס: לאָוער־איסט־סײַד און די אייביקייט פֿון אימאַזשן‟ פֿון ד״ר שׂרה בלער, פּראָפֿעסאָרין פֿון ענגלישער ליטעראַטור אין מישיגענער אוניווערסיטעט. בלער טענהט, אַז די דאָזיקע געגנט אינעם דרומדיקן טײל פֿון מאַנהעטן־אינדזל האָט געדינט װי אַ קװאַל פֿאַר אימאַזשן און געשטאַלטן, װאָס האָבן אױף פֿאַרשידענע אופֿנים אױסגעדריקט און אָפּעגעשפּיגלט די מאָדערנע תּקופֿה אין אַמעריקע. דװקא דאָ האָט מען אױסגעפּרוּװט נײַע װיזועלע מעדיומס, נאָװאַטאָרישע מעטאָדן און טעכנישע כּלים כּדי פֿאָרצושטעלן די רעאַליטעט אין פֿאָטאָגראַפֿיע און קינאָ. דער איסט־סײַד האָט אין זיך אַ מין כּישוף, װאָס ציט צו אַװאַנגאַרדיסטישע קינסטלער און ליטעראַטן, װי אױך ראַדיקאַלע פּאָליטישע אַקטיװיסטן. דער דאָזיקער כּישוף איז אײַנגעװאָרצלט אין דעם אימיגראַנטישן עבֿר פֿון דער דאָזיקער געגנט.
דער איסט־סײַד האָט געדינט װי דער ערשטער אָפּשטעל פֿאַר פֿאַרשידענע כװאַליעס אימיגראַנטן, װאָס זײַנען געקומען קײן אַמעריקע דורך ניו־יאָרק צװישן מיט־נײַנצנטן יאָרהונדערט און די 1920ער יאָרן: אירלענדער, דײַשטן, פּאָליאַקן, איטאַליענער און אַװדאי — ייִדן. ייִדן זײַנען ניט געװען די ערשטע אימיגראַנטן, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין דער געגנט, אָבער זײ האָבן איבערגעלאָזט דעם סאַמע טיפֿן שטעמפּל אױף זײַן כאַראַקטער. דער איסט־סײַד האָט ניט געהאַט קײן גוטן שם אין ניו־יאָרק. די תּושבֿים דאָ זײַנען געװען אָרעם, און דאָס האָט גורם געװען כּלערלײ סאָציאַלע חלאַתן: פֿאַרברעכערײַ, פּראָסטיטוציע, שיכּרות און הײמלאָזיקײט.
די פֿריִערדיקע פֿאָטאָגראַפֿישע אימאַזשן פֿונעם לעבן אױפֿן איסט־סײַד שטאַמען פֿון די סוף־1890ער יאָרן. דער פֿאָטאָגראַף דזשײקאָב ריס איז געװען דער ערשטער צו נוצן דעם אױפֿבליץ בײַם פֿאָטאָגראַפֿירן אין פֿינצטערע און שמאָלע דירות אין טענעמענט־הײַזער. זײַנע בילדער האָבן אַטנפּלעקט די גאַנצע װעלט פֿון דלות און יסורים, װאָס איז ביז דעמאָלט געװען פֿאַרבאַהאַלטן פֿון די אױגן פֿונעם פּובליקום. דער איסט־סײַד איז אױך געװען די בינע פֿאַר אײניקע פּיאָנערישע פֿילמען פֿונעם רעזשיסאָר דײװיד גריפֿיט. די אומהײמלעכע שפּיל פֿון ליכט און שאָטנס אױף די שמאָלע גאַסן שאַפֿט אַ רושם פֿון כּמו־װירקלעכקײט, װאָס העלפֿט פֿאַרשטאַרקן די שפּאַנונג פֿון דער האַנדלונג. די גאַס װערט פֿאָרגעשטעלט װי אַ שלאַכטפֿעלד פֿון מענער, װאָס שלאָגן זיך איבער פֿרױען. עס איז מערקװירדיק, באַמערקט בלער, אַז כּדי צו דערגרײכן דעם דאָזיקן עפֿעקט האָט גריפֿיט געדאַרפֿט בױען אַ רעפּליקע פֿונעם איסט־סײַד דווקא אין ניו־דזשערזי, װײַל די אמתע געגנט אין ניט געװען גענוג „רעאַליסטיש‟ פֿאַר זײַנע צװעקן.
אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז די געגנט געװאָרן אַ באַליבטער אָביעקט פֿאַר עקספּערימענטאַלע פֿאָטאָגראַפֿן און קינסטלער. פּאָל סטרענד און בען שאַן האָבן געשאַפֿן סעריעס אימאַזשן, װאָס פֿאַרפֿיקסירן דעם כאַראַקטער פֿון דער געגנט דורך פּאָרטרעטן פֿון אירע תּושבֿים אין זײער טאָג־טעגלעכקײט. דאָס זײַנען פֿליסיקע מאָמענטן, װאָס װערן פֿאַרכאַפּט און פֿאַרפֿרױרן אױפֿן פֿאָטאָגראַפֿישן פּאַפּיר. ייִדן האָבן זיך בהדרגה גענומען אַריבערציִען אין בעסערע געגנטן שױן אינעם אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, אָבער דער איס־סײַד האָט אָפּגעהיט דעם אַלט־הײמישן טעם. אין די 1950ער־1960ער יאָרן איז די געגנט געװאָרן אַ מקום־מקלט פֿאַר „ביטניקס‟ און אַנדערע מינים עקספּערימענטאַלע שעפֿערישקײט. שׂרה בלער פֿאַרענדיקט איר פֿאָרשערישע איבערזיכט מיטן סאַטירישן פֿאַנטאַסטישן ראָמאַן פֿון גערי שטײנגאַרד, „סופּער־טרױעריקע אמתדיקע ליבע־געשיכטע‟. דאָ שפּילט דער איסט־סײַד אַ מכריעדיקע ראָלע װי אַן אינדזל פֿון נאָרמאַלקײט אינעם ים פֿונעם דיגיטאַלישן קאַפּיטאַליסטישן משוגעת, װאָס האָט פֿאַרכאַפּט אַמעריקע.
שטײנגאַרד קען ניט קײן ייִדיש און איז מסתּמא ניט געװױר, אַז ער איז ממשיך אַ רײַכע טראַדיציע אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. אין בלערס בוך װערט די דאָזיקע טראַדיציע פֿאָרגעשטעלט דורך די ענגלישע ראָמאַנען פֿון אב קאַהאַן און הענרי ראָט, װאָס גיבן איבער, אױף אַ קינסטלערישן אופֿן, די ייִדישע רײד פֿון זײערע העלדן. אָבער די גאַנצע ייִדישע ליטעראַטור, פֿון לעאָן קאָברין, יוסף אָפּאַטאָשו, שלום אַש, ביז יצחק באַשעװיס, װאָס שפּילט זיך אויס אין די שמאָלע געסלעך און פֿינצטערע טענעמענט־דירות פֿונעם איסט־סײַד, בלײַבט עד־היום נישט באַמערקט בײַ ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשער. שׂרה בלערס בוך איז אַ מוסטערװערק פֿון שאַרפֿזיניקן אַנאַליז פֿון װיזועלע און טעקסטועלע מקורים. איר טעאָרעטיש בקיאות און אױסטײַטשערישע חקירות װעלן זייער צו נוץ קומען די קומעדיקע פֿאָרשער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.