אַחוץ „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, איז פּאַדי טשײַעווסקיס פּיעסע „דער צענטער‟ געווען אפֿשר דער גרעסטער שלאַגער אויף בראָדוויי פֿון אַ ייִדישער טעמע אין די 1960ער יאָרן. פּאַסיק דערפֿאַר איז דער פֿאַקט, וואָס די „פֿאָלקסבינע‟, וואָס, ווי באַוווּסט, האָט פֿאַרוואַנדלט דעם ייִדישן „פֿידלער‟ אין איר גרעסטן שלאַגער אין לאַנגע יאָרן, וועט אויך פֿאָרשטעלן טשײַעווסקיס פּיעסע אויף מאַמע־לשון.
די פֿאָרשטעלונג, אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג, וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 13טן נאָוועמבער בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ אין מאַנהעטן אונטער דער רעזשי פֿון עלינאָר ריסאַ. עס וועלן אָנטייל נעמען די אַקטיאָרן חיים וואָלף, סוזען טאָרין, סטיוו סטערנער, דאָג שאַפּיראָ, אלי ראָזען, אַבֿרהם מלאָטעק, סטיווען מאָ האַנאַן, שאָון פֿלעטשער, איצי פֿײַערסטאָון, מאָטל דידנער, רחל באָטשאַן און ראָבערט אייבלסאָן. די ייִדישע איבערזעצונג, פֿון עלינאָר ריסאַ, וועט מען הערן צום ערשטן מאָל.
פּאַדי טשײַעווסקי (פֿון דער היים: סידני־אַהרן) איז געווען אַ פּאָפּולערער דראַמאַטורג און סצענאַריסט, וואָס האָט דרײַ מאָל באַקומען אַן „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם־סצענאַר פֿון יאָר. אַ קינד פֿון ייִדישע אימיגראַנטן, האָט ער אָפֿט אַרײַנגעוועבט ייִדישע טעמעס אין זײַנע ווערק. די אַבסורדישע דראַמע, „דער צענטער‟, שילדערט אַ טאָג אינעם לעבן פֿון אַ דעפּרעמירטן ייִדישן אַדוואָקאַט וואָס האַלט ניט פֿון ייִדישקייט, וואָס שטויסט זיך צופֿעליק אָן אין אַ שיל, וווּ די עלטערע ייִדן האַלטן אין אַרויסטרײַבן אַ דיבוק, וואָס האָט זיך כּלמורשט באַזעצט אין אַ פֿרוי. צוליב דעם וואָס ס׳זענען געווען בלויז נײַן ייִדישע מענער אין דער שיל, האָט מען צוגערעדט דעם אַדוואָקאַט אָנטיילצונעמען אין דער אַרויסטרײַבונג, ער זאָל קענען דינען ווי דער צענטער.
די פֿאָרלייענונג וועט פֿאָרקומען 7 אַ זייגער אין אָוונט. דער אײַנטריט איז בחינם אָבער מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.