דער איצטיקער נומער פֿאָרווערטס איז אַרויס פֿון דרוק אַ וואָך נאָך די שלושים פֿון אונדזער קאָלעגע ד׳׳ר קאָבי ווײַצנער ע׳׳ה. די רעדאַקטאָרין פֿון פֿאָרווערטס, שׂרה־רחל שעכטער, געדענקט אים אין איר עדיטאָריאַל ווי אַן אוניקאַלע פֿיגור אויף דער ייִדישער גאַס, אַ סאַברע וואָס האָט זיך שטאָלצירט מיט זײַן מאַמע־לשון ייִדיש און געשטרעבט, מע זאָל ווײַטער שאַפֿן נײַע ווערק אויף איר. און ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער גיט איבער זײַנע פּערזענלעכע זכרונות פֿון זײַן לאַנגיאָריקן חבֿר.
דעם שבת איידער דער פֿאָרווערטס איז געגאַנגען צום דרוק, איז דער אַמעריקאַנער ייִדישער ייִשובֿ אויפֿגעטרייסלט געוואָרן צוליבן שוידערלעכן אַטאַק אויף דער „עץ חיים‟־שיל אין פּיטסבורג. אַזוי ווי בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן בכלל, זענען אונדזערע שרײַבער אויך ניט אײנשטימיק אין זייערע מיינונגען וועגן די סיבות פֿון דער טראַגעדיע. אין איר מיינונג־אַרטיקל באַשולדיקט מרים האָפֿמאַן פּרעזידענט טראָמפּ אינעם אינספּירירן די שחיטה. פֿון דער אַנדערער זײַט האַלט ברכה פֿינקעלשטיין, אַז די מלוכישע אינסטאַנצן האָבן מיט מסירת־נפֿש געלאָפֿן ראַטעווען די געליטענע, און אַז טראָמפּס ראָלע איז דאָ נישט שייך.
דער נאָוועמבער־נומער פֿאָרווערטס נעמט אויך אַרײַן פֿיר אַרטיקלען וועגן וויכטיקע ייִדישע אונטערנעמונגען אין אייראָפּע. פֿון דיסעלדאָרף האָט דיאַנע שאַפּיראָ אַרײַנגעשיקט אַ באַריכט וועגן דער אָרטיקער ייִדיש־קאָנפֿערענץ, וואָס האָט צוגעצויגן ייִדיש־מומחים פֿון איבער דער וועלט. קאַראָ וועגנער דערציילט וועגן אַן עפֿנטלעכער מיטינג, וואָס איז אײַנגעאָדרנט געוואָרן אין וואַרשע כּדי צו געדענקען און פֿאַרדאַמען די טרויעריק־באַרימטע „געטאָ־בענק‟, אויף וועלכע די ייִדישע סטודענטן האָבן געמוזט זיצן אין אַ צאָל פּוילישע אוניווערסיטעטן. מיכאל מאַסאַרסקי באַשרײַבט אַן אַנאַליז פֿון די טעטיקייטן פֿונעם ייִדיש־קלוב אין זאַגרעב, קראָאַטיע, און פֿון בוקאַרעשט האָט דניאל גלאַי אַרײַנגעשיקט אַ פּרטימדיקן באַריכט פֿונעם אָרטיקן ייִדישן טעאַטער פֿעסטיוואַל, אויף וועלכן עס זענען אויפֿגעטראָטן טרופּעס פֿון אַמעריקע, פּוילן, ישׂראל, פֿראַנקרײַך און רומעניע.
אַ חשובֿ אָרט אינעם נומער פֿאַרמאָגט ד׳׳ר יחיאל שיינטוך. אין זײַן פּערזענלעכן עסיי גיט ער אָפּ כּבֿוד דעם פֿאַרשטאָרבענעם אַדוואָקאַט נאָרמאַן ליס, וואָס האָט אים געהאָלפֿן מיט לעגאַלע עצות נאָך דעם וואָס ער, שיינטוך, און זײַן פֿרוי זענען געוואָרן די יורשים פֿון חיים גראַדעס ליטעראַרישן עזבֿון. אינעם נומער געפֿינט זיך אויך דעם ערשטן טייל פֿון אַ לענגערן אינטערוויו, וואָס קריסטאַ וויטני האָט דורכגעפֿירט מיט ד׳׳ר שיינטוכן ווי אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט פֿון בעל־פּה־געשיכטעס בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער.‟
ווי תּמיד, נעמט דער נומער אויך אַרײַן ביכער־רעצענזיעס. שלום בערגער רעצענזירט נײַע ביכער ייִדישע לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און קרן אלקלעי־גוט און בני מער גיט צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס דוד ראָסקעס’ נײַ בוך אויף העברעיִש וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור וועט אפֿשר האָבן אַ וויכטיקן אָפּקלאַנג בײַ די סאַברעס.
כּדי זיך צו אַבאָנירן צום פֿאָרווערטס באַזוכט אונדזער וועבזײַט..
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.