דעם 1טן אָקטאָבער האָבן די ישׂראלדיקע אַראַבער דורכגעפֿירט אַ גרויסן שטרײַק קעגן דעם קאָנטראָווערסאַלן „חוק הלאום‟ — דעם געזעץ, לויט וועלכן מדינת־ישׂראל ווערט אָפֿיציעל דערקלערט ווי „די נאַציאָנאַלע מלוכה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟. זינט דאָס געזעץ איז אײַנגעפֿירט געוואָרן דעם 19טן יולי, האָט עס אַרויסגערופֿן אַ כוואַליע פּראָטעסטן; אַ סך צענטריסטישע און לינק־געשטימטע ייִדן, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל כּנסת־דעפּוטאַטן, האָבן כאַראַקטעריזירט דאָס געזעץ ווי ראַסיסטיש און פֿאַרגליכן עס מיטן דרום־אַפֿריקאַנער אַפּאַרטהייד־רעזשים.
במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים, האָב איך שוין אויסגעהערט צענדליקער טענות פֿון מײַנע באַקאַנטע, וואָס וווינען אין ארץ־ישׂראל אָדער זייערע קרובֿים — לאַוו־דווקא פּראָגרעסיווע. אַ ממשותדיקער פּראָצענט רוסישע ייִדן, וואָס דריקן געוויינטלעך אויס שטאַרק רעכטע פּאָזיציעס לגבי די אַראַבער, באַטראַכטן דאָס נײַע געזעץ ווי אַ סכּנותדיקן פּאָליטישן בײַט.
די סיבה דערפֿון איז גאַנץ פּשוט. נאָך דער מאַסן־עליה פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן זיך אָנגעהויבן סיכסוכים צווישן די רוסיש־רעדנדיקע עולים און אַנדערע ייִדישע עדות, בפֿרט די מיזרחדיקע. די רוסישע ייִדן, געוויינטלעך אַסימילירטע, אָבער וועלטלעך־געבילדעטע, באַטראַכטן אָפֿט די „מאַראָקאַנער‟, ווי זיי באַצייכענען אַלע נישט־אַשכּנזים, ווי „באַרבאַרן‟ און „האַלב־אַראַבער‟. אַדוואי איז עס ראַסיסטיש אַזוי צו טראַכטן. להיפּוך, איז צווישן די מאַראָקאַנער און אַנדערע ייִדן, וואָס שטאַמען פֿון צפֿון־אַפֿריקע און מיטל־מיזרח, פֿאַרשפּרייט דער סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן די „רוסן‟ זענען גויים אָדער ספֿק־ייִדן. אַזאַ סטערעאָטיפּ איז פּונקט אַזוי ראַסיסטיש. פֿאָרט, זענען אַ סך רוסישע עולים טאַקע נישט קיין ייִדן.
די אַלגעמיינע צאָל רוסיש־רעדער אין ארץ־ישׂראל, לויטן חשבון פֿון 2017, דערגרייכט 1.5 מיליאָן אָדער 17.25 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג, כּמעט די זעלבע פּראָפּאָרץ, ווי די ישׂראלדיקע אַראַבער: 17.60 פּראָצענט. לויט שולמית ריינהאַרצס און סערדשיאָ דעלאַ פּערגאָלאַס בוך „געמישטע חתונות בײַ ייִדן אַרום דער וועלט‟, זענען אינעם יאָר 2000 בלויז 47 עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד געווען ייִדן על־פּי הלכה. זינט דעמאָלט איז דער פּראָצענט געפֿאַלן נאָך ווײַטער.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אַ ממשותדיקע צאָל רוסיש־רעדנדיקע עולים זענען קריסטן, און אַ ממשותדיקע צאָל רוסישע גרים האָבן זיך פֿאָרמעל מגייר געווען בלויז לשם חתונה האָבן אָדער כּדי זיך בעסער אַרײַנצופּאַסן אין דער געזעלשאַפֿט. נישט אַלע ישׂראלים, בפֿרט די פֿרומע און מיזרחדיקע, באַטראַכטן אַזעלכע מענטשן ווי „עכטע‟ ייִדן.
שאַפֿט זיך אַן אײַדרוק, אַז אַ ממשותדיקער טייל רוסישע עולים האָבן מורא פֿאַרן נײַעם געזעץ, ווי אַ מעגלעכע סיבה פֿון נײַע סאָרטן דיסקרימינאַציע. נישט געקוקט אויף די פֿאַרשפּרייטע אַנטי־אַראַבישע און רעכטע שטימונגען, ווילן זיי וווינען אין אַ בירגערלעכער געזעלשאַפֿט, וווּ יעדער מעג חתונה האָבן מיט וועמען מע וויל, טאָן וואָס מע וויל און גלייבן וואָס מע וויל.
פֿונעם אַלגעמיינעם מערבֿדיקן קוקווינקל קלינגט דאָס געזעץ זיכער מסוכּן און ראַסיסטיש. לויט דער קלאַסישער דעמאָקראַטישער דעפֿיניציע, באַשטייט יעדע נאַציע פֿון אַלע אירע בירגער. ווען אַ ייִדישער צי אַ כינעזישער אימיגראַנט באַקומט די דײַטשישע אָדער פֿראַנצויזישע בירגערשאַפֿט, ווערט ער על־פּי געזעץ אַ דײַטש אָדער אַ פֿראַנצויז. אין רוסלאַנד איז אָנגענומען אַ חילוק צווישן די רוסן ווי אַן עטנישע גרופּע און רוסלענדער ווי בירגער; פֿאַר אַ מערבֿ־אייראָפּעער שמעקט עס שוין מיט ראַסיזם. דער לאָזונג „רוסלאַנד פֿאַר רוסן‟ איז אָבער פֿאַרווערט לויט די איצטיקע רוסלענדישע געזעצן ווי אַן עקסטרעם־נאַציאָנאַליסטישער און דראָט אַפֿילו מיט טורמע. דערצו, זענען די גרענעצן צווישן די רוסן און אַנדערע עטנישע גרופּעס צעשווענקט, און די רוסישע נאַציאָנאַליסטן זענען געוויינטלעך צופֿרידן, ווען אַ ייִד פֿון אַ געמישטער משפּחה האַלט זיך פֿאַר אַ רוס.
אין מדינת־ישׂראל איז די מעשׂה אַנדערש. כּדי פֿאַררעכנט צו ווערן פֿאַר אַ ייִד, מוז מען דערווײַזן דעם ייִדישן אָפּשטאַם מיט קלאָרע ראַיות; אינעם פֿאַל פֿון די אַסימילירטע רוסישע ייִדן מיינט עס אומאָנגענעמע ביוראָקראַטישע פּראָצעדורן. מע קען זיך אויך מגייר זײַן דורך אַן אָפֿיציעל אָנערקענטן בית־דין; מיינט עס נאָך ערגערע חשדים און אַפֿילו רבנישע „אָבלאַוועס‟ אין שטוב במשך פֿונעם לאַנגן גיור־פּראָצעס. דער ייִדישער באַפֿעלקערונג־סעקטאָר זעט אויס ווי אַ פֿאַרמאַכטער קלוב ערשט־קלאַסיקע בירגער.
ביז הײַנט האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג זיך געהאַלטן אויפֿן רעכטן ראַנד פֿונעם דעמאָקראַטישן פּאָליטישן ספּעקטער, אויסמישנדיק עלעמענטן פֿון דעמאָקראַטיע מיט נאַציאָנאַליסטישע און רעליגיעזע אָדער כּמו־רעליגיעזע געזעצן. אַ באַקאַנטער בײַשפּיל איז דער אָפֿיציעלער פֿאַרבאָט פֿון וועלטלעכע חתונות. דאָס קומט שוין אין אַ בולטער סתּירה מיטן מערבֿדיקן יסודותדיקן פּרינציפּ פֿון רעליגיעזער און פּערזענלעכער פֿרײַהייט.
פֿאַר דער רעוואָלוציע פֿון 1917 האָט אין רוסלאַנד געהערשט אַ סיסטעם, ווען מע האָט געמעגט חתונה האָבן נאָר מיט אַ פֿאָרשטייער פֿון דער זעלבער רעליגיע: וויל אַ ייִד חתונה האָבן מיט אַ גוי – דאַרף ער זיך קודם שמדן. פֿאַר אַ סאָוועטישן ייִד קלינגט די אָפֿיציעלע רבנות־סיסטעם אין ארץ־ישׂראל ווי אַן איראָנישע היפּוכדיקע איבערחזרונג פֿון יענער פֿאַרצײַטישער סיסטעם.
מילא, די חתונות. אַפֿילו אַ סך חרדים, וואָס באַטראַכטן דאָס אָפֿיציעלע רבנות ווי אַ „טרייפֿענע ציוניסטישע אָגאַניזאַציע‟, פֿאָרן קיין לאָדנאָן אָדער ניו־יאָרק חתונה צו האָבן. געמישטע פּאָרפֿעלקער זענען שוין לאַנג צוגעוווינט צו רעגיסטרירן זייער זיווג אין ציפּערן צי אַן אַנדער קוראָרט, קאָמבינירנדיק די עצם־חתונה מיטן האָניק־חודש.
אַ „ייִדיש לאַנד‟ אָדער אַ „היימלאַנד פֿון ייִדן‟ זענען אַבסטראַקטע באַגריפֿן, וואָס קאָנען, אין פּרינציפּ, אָפּגעטײַטשט ווערן בלויז ווי אַן אָרט, וווּ מע רעדט אויף העברעיִש און וווּ ייִדן און זייערע קרובֿים פֿילן זיך באַקוועם. די נײַע דעפֿיניציע קלינגט מער אַלאַרמירנדיק און אומדעמאָקראַטיש פֿאַר קינדער פֿון ייִדישע טאַטעס און נישט־ייִדישע מאַמעס, וואָס זענען געווען פֿאַרשריבן ווי ייִדן אין די סאָוועטישע דאָקומענטן. מעגלעך, אַז אייניקע פֿון זיי האָבן אַפֿילו געליטן צוליב דעם פֿון אַנטיסעמיטיזם. איצט, האָבן זיי מורא פֿון אַ פֿאַרקערטער דיסקרימינאַציע ווי גויים. אויב אַזוי ווענדט זיך אינעם פּראַקטישן אויסקום פֿונעם נײַעם געזעץ – האָבן די אַראַבער באַקומען אומגעריכטע פּאָטענציעלע שותּפֿים אינעם קאַמף קעגן דיסקרימינאַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.