אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט די רייד וועגן דעם מחלוקת צווישן צוויי צווילינג־ברידער, יעקבֿ און עשׂו. אין אונדזער טראַדיציע איז יעקבֿ, דער שטילער ישיבֿה־בחור, באַקאַנט ווי אַ מוסטער פֿון אַ גוט ייִדיש קינד. להיפּוך, ווערט עשׂו אַסאָציִיִרט מיט דער פֿרעמדער „רוימישער‟ ציוויליזאַציע. הגם די רוימישע אימפּעריע איז מיט 1,500 יאָר צעשטערט געוואָרן און די הײַנטיקע מערבֿדיקע דעמאָקראַטישע וועלט איז געוואָרן, בדרך־כּלל, פֿרײַנדלעך צו ייִדן, ווערט עשׂו כּסדר באַצייכנט אין די ספֿרים־הקדושים ווי אונדזער שׂונא.
דעם הײַנטיקן שבת פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון הרבֿ אַהרן קאָטלער, דער גרינדער פֿון דער גרויסער פֿרומער קהילה אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי. זײַענדיק אַ ליטווישער גדול, איז ער פֿאָרט געווען אַ גוטער חבֿר פֿון ליובאַוויטש, סאַטמאַר, גער, בעלז. זײַן דיפּלאָמאַטישקייט האָט אים צוגעהאָלפֿן בײַם אויפֿשטעלן איינע פֿון די גרעסטע חרדישע קהילות אין אַמעריקע.
געבוירן אין סיסלעוויטש, ווײַסרוסלאַנד, אין 1891, האָט קאָטלער נישט געטראַכט צו פּאָזיטיוו וועגן די בני־עשׂו — וועגן די גויים, הייסט עס — און געהאַט גוטע סיבות דערפֿאַר. ווען די צווייטע וועלט־מלחמה האָט אויסגעבראָכן, האָט ער געוווינט אין ווילנע און לכתּחילה געגלייבט, אַז די נאַציס וועלן נישט אומברענגען ייִדן אין דער ליטע. ס׳רובֿ פֿון זײַנע תּלמידים זענען, נעבעך, דערהרגעט געוואָרן בעת דעם חורבן. אַ טייל פֿון זיי האָבן זיך געראַטעוועט אין שאַנכײַ, כינע. די באַקאַנטע פֿרומע עמיגראַציע־חבֿרה „וועד ההצלה‟ האָט געהאָלפֿן דעם רבֿ אָנצוקומען קיין ניו־יאָרק אין 1941.
אינעם פֿינצטערן יאָר 1943 האָט קאָטלער געעפֿנט די שיל „בית מדרש גבֿה‟ אין לייקוווּד.
לכתּחילה איז עס געווען אַ קליינע קהילה, אָבער מיט דער צײַט איז עס געוואָרן דער יסוד פֿון אַ ריזיקער באַוועגונג — דער וועלט־צענטער פֿון מתנגדישע חרדים אַרום דער וועלט. הגם פֿאַרשיידענע גרויסע ישיבֿות פֿונעם ליטווישן שניט זענען פֿאַראַן אין אַ סך אַנדערע מקומות, אַרײַנגערעכנט אַ ריי שטעט אין ארץ־ישׂראל און דאָס שטעטל גייטסהעד אין ענגלאַנד, בלײַבט לייקוווּד באַרימט ווי דער „באַסטיאָן‟ פֿון דער ליטוויטשער שיטה אין ייִדישקייט.
ווען איך האָב געלערנט אין דער מאָסקווער ישיבֿה „אהלי יעקבֿ‟ אין די 1990ער יאָרן, האָבן די בחורים געחלומט אָנצוקומען אינעם „הייליקן שטעטל‟ לייקוווּד; עטלעכע פֿון זיי האָבן זיך טאַקע באַזעצט אין לייקוווּד און וווינען דאָרט ביז הײַנט. זיכער האָט מען געקאָנט „מאַכן אַן עליה‟ און גיין לערנען אין ירושלים אָדער, לאָמיר זאָגן, אין אופֿקים — אַ באַקאַנטער ישיבֿישער שטאָט לעבן באר־שבֿע. ניו־דזשערזי, בראָש מיט לייקוווּד, האָט מען אָבער באַטראַכט אַפֿילו אין רוסלאַנד ווי דאָס גרעסטע ישיבֿישע אָרט אין דער וועלט. טינעק, פּאַסייעק, ניו־ברונסוויק… „מאָדערנע‟, פֿון דער לייקוווּדער פּערספּעקטיוו, אָבער אויך זייער שיינע קהילות, זענען אַלע אויפֿגעקומען אין אַמעריקע אין שײַכות מיט ר׳ אַהרנס טעטיקייט.
אַ דאַנק זײַן שיטה, זענען די לייקוווּדער נישט קיין עכטע מתנגדים אינעם קלאַסישן זין פֿון וואָרט. זיי חבֿרן זיך מיט סאַטמאַר און ליובאַוויטש; די סאַטמאַרער השפּעה העלפֿט אַ טייל פֿון זיי אָפּצוהיטן ייִדיש. ר׳ אַהרנס ליטווישער דיאַלעקט איז, צום באַדויערן, געוואָרן אַ זעלטנקייט, נאָר דעם „היימישן‟ אונגעריש־גאַליציאַנער ייִדיש וועט אַ טיפּישער לייקוווּדער יאָ פֿאַרשטיין. אין „בית מדרש גבֿוה‟ לערנט מען הײַנט אויף אַ געמיש פֿונעם ליטווישן און אונגערישן ייִדיש.
דער „בית מדרש גבֿוה‟ איז הײַנט אַ ריזיקע ישיבֿה מיט איבער 6,500 תּלמידים — איינע פֿון די גרעסטע ישיבֿות אין דער וועלט. וואָס שייך די באַציִונגען צווישן ייִדן און גויים, איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די חרדישע וועלט האָט נאָך נישט גובֿר געווען די אַלטע היסטאָרישע קעגנערשאַפֿט צו „בני־עשׂו‟. אַמאָל האָב איך געהערט אַן אוידיאָ־קאַסעט פֿון לייקוווּד, אין וועלכן אַ געוויסער רבֿ האָט געדרשנט, אַז ווען מע זעט אַ „בן־עשׂו‟ — אַ גוי, הייסט עס — אויף דער גאַס, דאַרף מען אַנטלויפֿן פֿון אים אויף אַרבע־אַמות, צוויי מעטער אָדער בערך זעקס פֿוס. דער בעל־דרשן, וואָס זײַן נאָּמען וויל איך נישט מפֿרסם זײַן, איז אַ באַקאַנטער תּלמיד פֿון הרבֿ אַהרן קאָטלער.
הלוואַי וואָלט די דאָזיקע קסענאָפֿאָבישע טענדענץ כאָטש געהאָפֿלן אָפּצוהיטן ייִדיש. ס׳רובֿ לייקוווּדער ייִדן רעדן הײַנט אויף דער אַזוי־גערופֿענער „ישיבֿישער‟ שפּראַך — ענגליש מיט געוויסע עלעמענטן פֿון ייִדיש און לשון־קודש. באַקומט זיך, אַז דאָס לשון פֿון „בני־עשׂו‟ האָט געוווּנען בײַ די אַמעריקאַנער מתנגדים. פֿאָרט, האָט הרבֿ אַהרן קאָטלער ז״ל אַליין גערעדט אויף אַ געשמאַקן רײַסישן ייִדיש און געשאַפֿן אַ געראָטענעם צענטער פֿון ייִדישקייט — אַ זעלטן אָרט, וווּ געוויסע משפּחות רעדן טאַקע נאָך אַלץ פּרינציפּיעל אויפֿן ליטווישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.