דער סאַמע באַקאַנטער היסטאָרישער עפּיזאָד װעגן ייִדן אין דענמאַרק איז די געשיכטע פֿון זײער האָבן געווען געראַטעװעט פֿונעם חורבן, דורך דער הילף פֿון דענישע פֿישער וואָס האָבן זיי געפֿירט קיין שוועדן אין סעפּטעמבער 1943. אָבער װי עס דערצײלט דאָס נײַע בוך „אַ געשיכטע פֿון אימיגראַציע: פֿיר הונדערט יאָר פֿון ייִדן אין דענמאַרק‟, אַרױסגעלאָזט דורכן ייִדישן מוזײ אין קאָפּענהאַגן, איז די ייִדישע געשיכטע אין דענמאַרק אַ סך רײַכער און פֿילזײַטיקער ווי אײן דראַמאַטישער חורבן־עפּיזאָד.
װי מע זעט פֿונעם קעפּל, װערט די געשיכטע פֿון ייִדן אין דענמאַרק דערצײלט פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון אימיגראַציע, אָנהײבנדיק פֿון דעם אָנקומען פֿון ספֿרדים אינעם 17טן יאָרהונדערט — ביז דער סאַמע נײַסטער כװאַליע פֿון ייִדישע פּליטים פֿון קאָמוניסטישן פּױלן אין 1968. דאָס איז געװען טיפּיש פֿאַר אײראָפּעיִשע מלוכות, װוּ יעדע נײַע כװאַליע אימיגראַציע האָט צוגעגעבן אַ נײַע שיכט צו דער ייִדישער קהילה.
אין 1617 האָבן ייִדן באַקומען אַ דערלױבעניש פֿונעם קעניג קריסטיאַן דעם פֿערטן זיך צו באַזעצן אין שלעזװיג און האָלשטײן — צװײ פֿירשטנשאַפֿטן, װאָס זײַנען דעמאָלט געװען אַ טײל פֿון דער דענישער מלוכה. דער דענישער קעניג האָט געגלייבט, אַז ייִדן װעלן ברענגען קאַפּיטאַל און אַנטװיקלען מיסחר אין זײַן לאַנד. לכתּחילה זײַנען געקומען בלױז ספֿרדים, אָבער בהדרגה זײַנען אויך צוגעקומען אשכּנזים פֿון דײַטשלאַנד.
די גאָלדענע תּקופֿה פֿונעם דענישן ייִדנטום, לױט דעם דאָזיקן בוך, איז געװען אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. דעמאָלט זײַנען אין דענמאַרק געװען אַ טוץ ייִדישע קהילות, מיט אײגענע שילן און בית־עלמינס. לרובֿ זײַנען ייִדן געװען קלײנע הענדלער און בעל־מלאכות, אָבער עטלעכע משפּחות זײַנען געװאָרן רײַכע פֿאַבריקאַנטן און באַנקירן. אײן משל איז פֿיליפּ װוּלף הײמאַן, װאָס האָט אױפֿגעבױט די װעלט-באַרימטע ברײַערײַ „טובאָרג‟. אַזױ װי אין דײַטשלאַנד און אַנדערע אײראָפּעיִשע לענדער, האָבן זיך דענישע ייִדן בהדרגה איבערגעצױגן אין די גרױסע שטעט, דער עיקר קײן קאָפּענהאַגן. אין 1833 האָט מען געבױט אַ גרױסע פּרעכטיקע שיל אויפֿן אָריענטאַליש־עגיפּטישן סטיל, װאָס איז דעמאָלט געװען פּאָפּולער אין אײראָפּע.
די דענישע מלוכה האָט געפֿאָדערט, אַז דאָס ייִדישע רעליגיעזע לעבן זאָל פֿאָלגן דעם אײגענעם מוסטער, װי די קריסטלעכע קירך. ייִדן האָבן געדאַרפֿט פֿאַרשרײַבן זײערע קינדער און רעגיסטרישן חתונות אױף דעניש אָדער דײַטשיש; צו בר־מצװה האָט מען באַקומען אַ צערטיפֿיקאַט פֿון קאָנפֿירמאַציע, און דער הױפּט־רבֿ איז באַשטעטיקט געװאָרן דורכן קעניג. אָבער ניט אַלץ איז געגאַנגען גלאַטיק, װײַל די לוטעראַנישע קירך איז געװען אַנטיסעמיטיש געשטימט. בײַ אירע פֿירער האָט אַן עכטער דענער געמוזט זײַן אַ קריסט. דאָס איז געװען אַן ענין פֿון עפֿנטלעכע סיכסוכים צװישן דעם דעניש־ייִדישן ליטעראַט מאיר אַהרן גאָלדשמיד און דעם קריסטלעכן פּאַסטאָר ניקאָלאַי פֿרעדעריק גרונדטװיג נאָך דעם, װי די נײַע קאָנסטיטוציע פֿון 1849 האָט דערקלערט רעליגיעזע פֿרײַהײט אין דענמאַרק.
אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט זײַנען קײן דענמאַרק אָנגעקומען ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע. זײער צאָל איז געװען באַשײדן אין פֿאַרגלײַך מיט דער אימיגראַציע קײן אַמעריקע אָדער ענגלאַנד, אָבער פֿאַר דענמאַרק איז צען טױזנט נפֿשות געװען אַ ריזיקע צאָל. זײ האָבן זיך באַזעצט אין אָרעמע געגנטן פֿון קאָפּענהאַגן און באַקומען הילף פֿון דער פֿאַרמעגלעכער ייִדישער קהילה. זײ האָבן מיטגעבראַכט ייִדיש און די מיזרח־אײראָפּעיִשע פּאָליטישע קולטור, מיט פֿאַרשידענע פּאַרטײען און קולטורעלע אַקטיװיטעטן אױף ייִדיש.
בלױז אַ קלײנע צאָל דײַטשישע ייִדן האָבן געקענט קומען קײן דענמאַרק אין די 1930ער יאָרן. אָפֿיציעל האָט מען ניט גערעדט װעגן די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות אונטער דעם נאַציסטישן רעזשים. די דענישע רעגירונג האָט ניט אַרײַנגעלאָזט ייִדישע פּליטים פֿון דײַטשלאַנד, כּדי ניט צו שאַפֿן אַ „ייִדישע פּראָבלעם‟ אין דענמאַרק. אָבער די דאָזיקע פּאָליטיק האָט ניט געהאָלפֿן, און דעם 9טן אַפּריל 1940 האָט דײַטשלאַנד אָקופּירט דענמאַרק. דער דײַטשישער רעזשים אין דענמאַרק איז געװען אַ סך מילדער אײדער אין אַנדערע אײראָפּעיִשע לענדער, און די דענישע רעגירונג איז װײַטער פֿאַרבליבן בײַ דער מאַכט.
מען האָט ניט געשטערט די ייִדן ביז אױגוסט 1943, װען די דײַטשן האָבן איבערגענומען די מאַכט. זײ האָבן באַקומען די רשימות פֿון מיטגלידער פֿון דער קהילה און האָבן גענומען צוגרײטן אַ דעפּאָרטאַציע. אָבער מען האָט ניט געהאַלטן דעם דאָזיקן פּלאַן בסוד, מסתּמא בכּיװן. אַזױ אַרום האָבן דאָס רובֿ ייִדן געהאַט אַ מעגלעכקײט צו אַנטלאָפֿן קײן צפֿון, צום ברעג פֿונעם באַלטישן ים. דאָרט האָט מען געדונגען אָרטיקע פֿישער כּדי אַריבערצופֿירן ייִדן קײן שװעדן, װוּ מען האָט זײ װאַרעם אױפֿגענומען. די דײַטשן האָבן זיך ניט אַרײַנגעמישט, און אַזױ אַרום זענען דאָס רובֿ דענישע ייִדן ניצול געװאָרן פֿונעם חורבן. פֿאַר דער רײַזע האָט מען געדאַרפֿט באַצאָלן אַ הױכן פּרײַז, מער װי צװײ מאָל דאָס דורכשניטלעכע חודש־געהאַלט פֿון אַ גוטן אַרבעטער. עטלעכע הונדערט ייִדן זײַנען טאַקע דעפּאָרטירט געװאָרן אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער טערעזיענשטאַט, אָבער אין 1945 האָט דער שװעדישער דיפּלאָמאַט גראַף פֿאָלקע בערנאַדאָט אױסגעפּועלט בײַ די סאַמע הױכע נאַציסטישע פֿענצטער אַ דערלױבעניש, און מען האָט די דענישע און נאָרװעגישע ייִדן אַריבערגעפֿירט קײן שװעדן.
די מחברים פֿונעם בוך װילן ניט שטיצן די מיטאָלאָגיע, װאָס די געשיכטע פֿון ראַטעװען דענישע ייִדן האָט באַקומען מיט דער צײַט, װי, למשל, די מעשׂה װעגן דעם דענישן קעניג, װעלכער האָט כּלומרשט אָנגעטאָן די געלע לאַטע װי אַ סימן פֿון זײַן סאָלידאַריטעט מיט די דענישע ייִדן. דער אמת איז, די דענישע ייִדן זײַנען ניט געצװוּנגען געװאָרן צו טראָגן די געלע לאַטע, להיפּוך צו די ייִדן אין אַנדערע אָקופּירטע לענדער. די גאַנצע אָפּעראַציע מיט ראַטעװען דענישע ייִדן איז געװאָרן מעגלעך קודם־כּל צוליב דעם, װאָס דער דײַטשישער אָקופּאַציע־רעזשים אין דענמאַרק איז געװען ניט שטרענג. דערצו נאָך האָבן די דײַטשן ניט געװאָלט שטערן זײערע באַציִונגען מיט שװעדן, װאָס האָט זײ צוגעשטעלט אײַזן־אַרץ. אָבער אַװדאי איז דער עיקר געװען דאָס, װאָס די שװעדן און דענער האָבן געהאַלטן ייִדן פֿאַר זײערע אײגענע בירגער און זײַנען געװען גרײט זײ צו העלפֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.