איידער יעקבֿ אָבֿינו האָט זיך געטראָפֿן מיט זײַן ברודער, עשׁו, האָט ער אַוועקגעשיקט מלאָכים צו זײַן ברודער עשׂו. די מלאָכים האָבן זיך אומגעקערט און איבערגעגעבן, אַז עשׂו איז נאָך אַלץ אויפֿגעבראַכט אויף יעקבֿן. עשׂו איז צום סוף געווען צופֿרידן מיט יעקבֿס מתּנות און שלום געמאַכט מיט זײַן ברודער, אָבער געבליבן אַ רשע — להיפּוך צו יעקבֿס פֿעטער ישמעאל, וועלכער איז אויך געווען אַ קאָנטראָווערסאַלע פֿיגור, אָבער צום סוף האָט ער תּשובֿה געטאָן.
אין דער ייִדישער טראַדיציע ווערט ישׂמעאל אַסאָציִיִרט מיט דער מוסולמענישער ציוויליזאַציע, און עשׂו — מיטן רוימיש־קאַטוילישן מערבֿ. דער קאַטוילישער „עשׂו‟ איז הײַנט געוואָרן, בדרך־כּלל, אַ פֿרײַנד פֿון ייִדן; היסטאָריש גערעדט, האָבן אָבער ייִדישע קהילות געבליט אין בעסערע באַדינגונגען במשך פֿון דורות דווקא צווישן די מוסולמענישע „בני־ישמעאל‟.
מאָנטיק, י״ח כּיסלוו, פֿאַלט דער יאָרצײַט פֿון רבי אַבֿרהם בן הרמב״ם – דעם בן־יחיד פֿונעם רמב״ם. אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט וואָלט אַזאַ פּערזענלעכקייט אויסגעזען אומגעוויינטלעך. דינענדיק במשך פֿון מער ווי 30 יאָר ווי דער נגיד, דער הויפּט־רבֿ פֿון מצרים, איז רבי אַבֿרהם געווען בעצם אַ ייִדישער סופֿי — אַן אָנהענגער פֿון איסלאַמישע מיסטישע טראַדיציעס. ער האָט געגלייבט, אַז סופֿיזם שטאַמט פֿון אונדזערע נבֿיאים און ממילא איז גאַנץ היימיש פֿאַר ייִדן.
אין קאַיִר, וווּ רבי אַבֿרהם האָט געוווינט, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ סופֿי־אָריענטירטער שיל, וווּ די מתפּללים האָבן געדאַוונט רייענווײַז אָן שיך אויף טעפּעכער, און האָבן זיך בײַ יעדער ברכה אין שמונה־עשׂרה געבוקט „כּורעים ומשתּחווים‟ ביז דער ערד.
דאָס בוקן זיך איז אין יענער צײַט נישט געווען קיין חידוש בײַ ייִדן. אַפֿילו אין די אַשכּנזישע קהילות פֿלעגט מען עס טאָן אין דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה בײַם תּחנון, און אין טראַדיציאָנעלע תּימנער קהילות טוט מען נאָך אַלץ אַזוי. בײַם רמב״מס זון אין שיל האָט אָבער געהערשט אַן אויסגעשפּראָכענע מוסולמענישער השפּעה. אַחוץ דעם אינטענסיוון דאַוונען מיטן בוקן זיך און זינגען, האָט רבי אַבֿרהם מיט זײַנע חסידים נאָכגעמאַכט דעם גאַנצן לעבנס־שטייגער פֿון די סופֿיס; פֿאַקטיש איז ער געווען אַ שייך פֿון אַ ייִדישן סופֿי־אָרדן.
דער רמב״ם אַליין האָט זיך באַצויגן מיט אַ סימפּאַטיע צו די מוסולמענער, אָבער באַטראַכט דעם מוסולמענישן נבֿיא מוחמד ווי אַ „משוגענעם‟. ס׳זעט אויס, אַז זײַן זון האָט נישט מסכּים געווען מיט אַזאַ נעגאַטיווער אָפּשאַצונג. רבי אַבֿרהם האָט געגלייבט, אַז ווען ייִדן האָבן פֿאַרלוירן די אַמאָליקע טראַדיציעס פֿון דבֿקות און נבֿיאישע חזיונות במשך פֿונעם לאַנגן גלות, האָבן די בני־ישמעאל זיי דווקא אָפּגעהיט בהשגחה־פּרטית. די היסטאָרישע וואָרצלען פֿון סופֿיזם בלײַבן טאַקע נישט קלאָר. ס׳איז גאַנץ מעגלעך, אַז די אַראַבישע מיסטיקער האָבן טאַקע געירשנט געוויסע מינהגים פֿון עפּעס אַ לאַנג־פֿאַרגעסענער ייִדישער גרופּע. לויט זײַן שיטה, קאָן מען אָפּלערנען פֿון די סופֿיס, ווי אַזוי צו דאַוונען בדבֿקות מיט אַ בעסערער כּוונה.
אינעם יאָר 2015 האָט ד״ר אלישע רוס־פֿישביין, אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָר פֿונעם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערעסאַנט בוך וועגן די „מיצרישע חסידים‟ מיטן נאָמען Judaism, Sufism, and the Pietists of Medieval Egypt. אין אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט דער מחבר דערקלערט, אַז ער לייענט כּסדר אונדזער צײַטונג, הגם אין זײַנע שטודיעס שטעלט ער דעם טראָפּ אויפֿן ייִדישן לעבן אין דער מוסולמענישער וועלט. הגם בײַ די מיזרחדיקע ייִדן זענען אַמאָל געווען פֿאַרשפּרייט פֿאַרשיידענע פּראָ־מוסולמענישע באַוועגונגען, בפֿרט אין תּימן, גלייבט רוס־פֿישביין, אַז רבי אַבֿרהם איז געווען אַ יחיד־במינו. אין זײַן באַלערנדיקן בוך שילדערט דער מחבר אויף אַ לעבעדיקן אופֿן די אייגנאַרטיקע „חסידי מצרים‟ און די קאָנטראָווערסיע אַרום זיי.
דער נגיד איז געווען אַ פּראָמינענטער רבֿ, פֿילאָסאָף און דער פּערזענלעכער דאָקטער פֿונעם סולטאַן; ער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ גרויסן שפּיטאָל אין קאַיִר. מסתּמא האָט זײַן הויכע פּאָזיציע אים געהאָלפֿן זיך צו ראַטעווען פֿון די קעגנער, וועלכע זענען געווען אומצופֿרידן מיט זײַן באַוועגונג און האָבן כּסדר געפּרוּווט אים צו לייגן אין חרם.
דעם רמב״מס אייניקלעך און אוראייניקלעך האָבן זיך במשך פֿון לכל־הפּחות פֿינף דורות שטילערהייט ווײַטער געפֿירט ווי ייִדישע סופֿי־פֿירער. אין זייערע כּתבֿים, אָנגעשריבן אויף אַראַביש מיט ייִדישע אותיות, פֿיגורירט בפֿירוש דאָס וואָרט „סופֿיזם‟ („טאַסאַוווּף‟ אויף אַראַביש) ווי אַ סינאָנים פֿון חסידות, און די ווערק פֿון פֿאַרשיידענע מוסולעמענישע מיסטיקער גייען האַנט אין האַנט, אינגאַנצן צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט גמרא, מדרשים און דעם זוהר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.