דער מוזיקער, פּראָדוצענט און עטנאָמוזיקאָלאָג האַנקוס נעצקי אַרבעט שוין העכער 40 יאָר ווי אַ זאַמלער — פֿון מוזיקאַלישע פּלאַטעס, נאָטן, און איבערהויפּט לידער און טראַדיציעס פֿון דער אַלטער היים, וואָס ער האָט זיך געלערנט בײַ עלטערע אינפֿאָרמאַנטן, איבערהויפּט זײַנע לאַנגיאָריקע חבֿרים בן גיילינג (1898־1999) און מאָריס האָלענדער (1926־2014). הונדערטער פֿון די לידער, האָט ער שפּעטער אַרײַנגעוועבט אין זײַן רעפּערטואַר. זײַן צוגאַנג ווערט פֿאַר־סך־הכּלט אינעם נאָמען פֿון זײַן קאַפּעליע Hebrew National Salvage (אַ ווערטערשפּיל סײַ אויפֿן ראַטעווען אַלטע זאַכן און זיי ווידער אויסנוצן, סײַ אויף דער באַקאַנטער סאַלאַמי־פֿירמע).
זונטיק, דעם 2טן דעצעמבער, וועט די קאַפּעליע פֿאָרשטעלן אַ ספּעציעלן חנוכּה־קאָנצערט „עס לעבט ווײַטער דער ייִדישער ראַדיאָ!‟ אין דער שיל „טעמפּל בית־ישׂראל‟ אין וואַלטהאַם, מאַסאַטשוסעטס. די פּראָגראַם וועט אַרײַננעמען חסידישע ניגונים, ייִדישע פֿאָלקסלידער, קלעזמער־לידער און אַ טריבוט צום אַקטיאָר און ראַדיאָ־שטערן בן גיילינג, לכּבֿוד דעם 120סטן יובֿל פֿון זײַן געבורט. גיילינג האָט אָנגעפֿירט מיט דער באָסטאָנער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿריילעכער קבצן‟ פֿון 1932 ביז 1999, סך־הכּל 67 יאָר. במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט האַנקוס נעצקי פּראָדוצירט די פּראָגראַם און געשפּילט די מוזיק.
צוזאַמען מיט האַנקוס נעצקי וועלן אויפֿטרעטן דער זינגער הענרי קערי, דער זון פֿון דער באָסטאָנער ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט לאה קערי (לייקע פּאָסט); די זינגערין און אַקטריסע מרים־חיה סגל, און די פֿידלערין אַבֿיגיל רײַזמאַן פֿון דער קאַפּעליע Ezekiel’s Wheels.
די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 1 אַ זייגער נאָכמיטאָג. בילעטן זענען 15$ פֿאַר מיטגלידער פֿון דער שיל און 20$ פֿאַרן ברייטן עולם.
נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט די וועבזײַט פֿון דער שיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.