דעם 21סטן נאָװעמבער, אינעם יאָרטאָג פֿון יצחק באַשעוויס זינגערס געבוירן־טאָג, האָט דער „סיים‟, דער פּוילישער פּאַרלאַמענט, אָנגענומען אַ רעזאָלוציע, װאָס גיט אָפּ כּבֿוד דעם ייִדישן שרײַבער.
דאָס איז אַלץ פֿאָרגעקומען אַ דאַנק פּאָל מאַק׳קאַרטני, דער באַקאַנטער זינגער פֿון „די ביטלס‟. ער האָט געהאַט געשריבן אַ בריװ דעם פּױלישן פּאָליטיקער פּאַװעל קוקיז, אַליין אַ זינגער, דערקלערנדיק אַז בשעת זײַנע צוגרײטונגען אויף אַ קאָנצערט אין קראָקע, האָט עמעצער דערמאָנט יצחק באַשעוויס זינגערן. מאַק׳קאַרטני, וואָס איז אַ וועגעטאַריער, און געוווּסט אַז באַשעוויס האָט אויך פּרינציפּיעל נישט געגעסן קיין פֿלייש, האָט אינעם בריװ צו קוקיזן ציטירט באַשעוויסן: „איך בין ניט געװאָרן קיין װעגעטאַריער צוליב מײַן געזונט, נאָר לטובֿת דעם געזונט פֿון די הינער.‟
לויבנדיק באַשעוויסן, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן (אין לענטשין), פֿאַר זײַן געפֿיל פֿאַר צער־בעלי־חיים, האָט מאַק׳קאַרטני געבעטן קוקיז צו העלפֿן פֿאַרלײגן דעם 21סטן נאָװעמבער װי אַ „טאָג לכּבֿוד יצחק באַשעוויס זינגער‟ אין לאַנד. פֿאַרװאָס דווקא קוקיז? מאַק׳קאַרטני האָט געהאַט געהערט אַז דער פּאָליטיקער איז אַליין אַ ליבהאָבער פֿון חיות און שאַצט אָפּ דעם כּוח פֿון קונסט צו העלפֿן אױספֿורעמען אַ מער אױפֿגעקלערטע געזעלשאַפֿט.
קוקיז און די פּאַרטײ וואָס ער האָט געשאַפֿן, „קוקיז 15‟, האָט פֿאָרגעלייגט דעם סיים אָנצונעמען אַ רעזאָלוציע װאָס גיט אָפּ כּבֿוד יצחק באַשעוויס זינגער אױף זײַן געבוירן־טאָג, בפֿרט הײַיאָר וואָס ווערט 40 יאָר זינט זײַן האָבן געוווּנען דעם נאָבעל־פּריז. קוקיז האָט אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג אַז דער 21סטער נאָװעמבער זאָל טאַקע ווערן אַ פּערמאַנענטער „טאָג פֿון יצחק באַשעוויס זינגער‟ אין פּוילן.
אין דער רעזאָלוציע האָבן די פּוילישע געזעץ־געבער באַטאָנט אַז זינגערס ווערק אויף ייִדיש באַטרעפֿן אַן עיקרדיקן טייל פֿון דער פּוילישער קולטור־ירושה. זיי האָבן אויך ציטירט די שוועדישע אַקאַדעמיע וואָס האָט אים אויסגעטיילט דעם נאָבעל־פּריז אין 1978 צוליב זײַן פּראָזע וואָס איז „פֿול מיט געפֿיל” און וואָס “װאַקסט אַרױס פֿון די פּױליש־ייִדישע קולטור־טראַדיציעס, אין דער זעלבער צײַט וואָס זי באַרירט די אייביקע פּראָבלעמען פֿון דער מענשטהייט.‟
אין דעם דאָקומענט פֿונעם סיים שטײט אױך אַז „יצחק באַשעוויס זינגער פֿאַרנעמט אַ װיכטיק אָרט אין דער געשיכטע פֿון פּױלן, װי אַ שרײַבער װאָס האָט פֿאַרצייכנט און באַשריבן סצענעס פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישע געזעלשאַפֿט וואָס עקזיסטירט שױן מער ניט אין אונדזער לאַנד.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.