כ’ווייס נישט וויפֿל פֿון אײַך ווייסן אַז די חסידישע וועלט צווישן די יאָרן 1805 און 1892 האָט פֿאַרמאָגט אַן אויסטערלישע געשיכטע וואָס איז פֿאָרגעקומען אין שטעטעלע לודמיר, אַ שטעטעלע אין וואָלין, אוקראַיִנע, וואָס האָט אויסגעכאָוועט אַ צדקת, וועלכע האָט איבערגענומען די שטעלע פֿון אַ רבין און געוואָרן די גײַסטיקע פֿירערין פֿון אַ קהל ייִדן אין לודמיר.
אַרויסגעוויזן האָט זיך אַז דער טשערנאָבילער מגיד, ר’ מאָטעלע האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף זײַן דור. זײַן וואָרט איז געווען הייליק, זײַן וווּנטש איז געווען ווי אַ באַפֿעל, אפֿילו מתנגדים האָבן געהאַט גרויס דרך־ארץ פֿאַר אים. אָט דער ר’ דודל, דער טשערנאָבילער מגיד, האָט געהאַלטן אַן אויג אויף דער בת־יחידה חנה־רחלע ווערבערמאַכער, וועלכע האָט אַרויסגעוויזן גרויס התמדה, קענטשאַפֿט און פֿאַרשטאַנד בײַם לערנען תּורה, גמרא, מדרש, אגדה, די מפֿרשים, תּוספֿות און קבלה, און געלערנט האָט זי זיך בײַם טאַטן, ר’ מאָניש ווערבערמאַכער, וועלכער איז געווען אַ גרויסער למדן.
די צײַט איז געלאָפֿן און חנה־רחלע איז אונטערגעוואַקסן און איר שם איז געוואַקסן מיט איר צוזאַמען. ווען עס איז געקומען צום אויסגעקלײַבן אַ חסידישן רבין אין לודמיר, איז אָבער קיינער נישט געווען גלײַך צו דער צדקת חנה־רחלען, האָבן זיי אויסגעקליבן אַנשטאָט אַ רבין, ווי אַ גײַסטיקן פֿירער, חנה־רחלען אָנצוגיין מיטן חסידישן דרך הישר אונטער דער השפּעה פֿון דעם טשערנאָבילער מגיד.
מען האָט פֿאַר איר אויסגעבויט אַן אייגענע שיל מיט אַ באַזונדערן חדר מיוחד, וווּ זי האָט געלערנט תורה און געענטפֿערט אויף האַרבע קשיות, בשעת גרויסע למדנים, אפֿילו מתנגדים, זײַנען געקומען מיט שאלות און זי האָט זיי צוגעשטעלט די תּשובֿות דורך דער דינער טיר הינטער וועלכער זי איז געזעסן.
חנה־רחלע האָט אָנגעוווירן איר מאַמען אין יונגן עלטער, און אָפֿט געזעסן און געוויינט בײַם קבֿר פֿון דער מוטער, אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט ביז זי איז אַמאָל אײַנגעשלאָפֿן. ערשט ווען זי האָט זיך אויפֿגעכאַפּט איז שוין געווען נאַכט, האָט זי זיך דערשראָקן און גענומען לויפֿן, און אַזוי לויפֿנדיק איז זי אומגעפֿאַלן איבער אַ קבֿר פֿון אַ הייליקן רבין און געחלשט. איר נשמה איז אַרויף אין הימל און אַ פּמליה של מעלה האָט גענומען זי משפּטן, צי זי זאָל פֿאַרבלײַבן אין הימל צווישן די מתים, צי מען זאָל זי אומקערן צווישן די לעבעדיקע.
דער קטיגור, דער באַשולדיקער האָט געטענהט אַז זי איז אַ פֿרוי און קען בשום־אופֿן נישט פֿאַרנעמען די שטעלע פֿון אַ מאַן, נאָך דערצו אַ רבין. דער סניגור, דער פֿאַרטײַדיקער האָט געטענהט אַז חנה־רחלע קען איר שטעטל אַליין באַשטיין און זיך אַליין פֿאַרטײדיקן, זי האָט די פּמליא של מעלה מיט די אַלע הימלישע דיינים ציטירט אַ פּסוק פֿון תּהילים:
„לא אמות כּי אחיה ואספּר מעשה יה,‟ איך וויל נישט שטאַרבןש נאָר לעבן און דערציילן די וווּנדער פֿון גאָט.
„לא המתים הללו אדוני, די מתים לויבן נישט גאָט!‟
ס’איז אַ זעלטענע און וווּנדערלעכע געשיכטע, אויף אַזוי פֿיל אַז איך האָב מיט יאָרן צוריק אָנגעשריבן אַ פּיעסע געווידמעט חנה־רחלען וועלכע די פֿאָלקסבינע האָט אויפֿגעפֿירט אין ניו־יאָרק אונטער דער אַרטיסטישער פֿירערשאַפֿט פֿון צפּורה שפּײַזמאַן, און ס’האָט געשפּילט מיט גרויס הצלחה חדשים לאַנג. מיר האָבן אפֿילו אַראָפּגעברענגט דעם וווּנדערלעכן ייִדישן אַקטיאָר מענדעלאָוויטשן פֿון לאָנדאָן צו שפּילן די ראָלע פֿון טשערנאָבילן מגיד. מיר האָבן אויך געפֿונען אַ רוסישן בינע־דעקאָראַטאָר וועלכער איז אין יענער צײַט ערשט געקומען פֿון לענינגראַד נאָכן פֿאַרלאָזן דעם „באָלשוי באַלעט‟ אין רוסלאַנד. יענער האָט צוגעשטעלט אַ דעקאָראַציע וועלכע האָט דערמאָנט אין האַנט־שניצערײַ, שווער געווען אַראָפּצונעמען אַן אויג דערפֿון.
איין מאָל, פּונקט אין מיטן איבעררײַס האָט אַ ייִד געחלשט און מ’האָט געדאַרפֿט רופֿן דעם אַמבולאַנץ. ווען מ’האָט דעם ייִד גענומען אַרויסטראָגן אויף אַ בעטל פֿון זאַל, האָט ער געמאַכט אַ געוואַלד:
„בלײַבט שטיין! איך וויל זען דעם צווייטן אַקט!‟
מיט איין וואָרט, חנה־רחלע ווערבערמאַכער איז געווען די איינציקע פֿרוי אין דער חסידישער וועלט וועלכע איז צוגעקומען צו אַזאַ אָרט אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון אַ חסישן מנהיג, די איינציקע אין דער חסידישער וועלט וועלכע האָט אָנגעפֿירט מיט אַ קהילה ייִדן. אינטערעסאַנט צו באַמערקן אַז אין דער חסידישער וועלט איז זי אַ „פּערזאָנאַ נאַן גראַטאַ‟. פֿאַרשוויגן, איר שם איז פֿאַרשוווּנדן און פֿאַרגעסן געװאָרן. כאָטש מען האָט געשריבן ביכער וועגן איר איז זי געבליבן אומבאַקאַנט סײַ אין דער חסידישער וועלט און סײַ אין דער וועלטלעך ייִדישער וועלט.
הײַנט פֿאַרמאָגן מיר קאָנסערוואַטיווע און רעפֿאָרמירטע ראַבינערינס, וואָס איך בין זיכער קענען זיך נישט פֿאַרגלײַכן אין וויסן און חכמה צו דער לודמירער מוֹיד.
איר קענט געפֿינען די גאַנצע געשיכטע סײַ אינעם בוך פֿון ד. ל. מעקלער, „פֿון רבינס הויף‟ און אין מײַן בוך „שליסל צו ייִדיש‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.