יורי דױטש איז געװען אַ יונגערמאַן אין אױגוסט פֿון 1968, װען די סאָװעטישע טאַנקען זײַנען אַרײַן אין טשעכאָסלאָװאַקײַ. ער האָט דעמאָלט שטודירט אין לאָנדאָן און באַשלאָסן זיך ניט אומקערן אַהײם קײן סלאָװאַקײַ. ער האָט זיך באַזעצט אין טאָראָנטאָ און מיט דער צײַט זיך קונה־שם געװען מיט זײַנע פֿאָטאָגראַפֿישע װערק.
זײַן פֿאָטער איז געשטאָרבן אין 1997 און יורי איז געקומען אין דער אַלטער הײם אױף דער לװיה. אין דער שטאָט באַדריעװ (באַרטפֿעלד) האָט ער על־פּי־צופֿאַל געטראָפֿן אַן עלטערע ייִדישע פֿרױ, װאָס האָט איבערגעלעבט אױשװיץ. זי האָט אים גענומען אין דער אַמאָליקער ייִדישער לערנשול, װאָס איז געשטאַנען לײדיק זינט דער מלחמח. װען דױטש איז אַרײַן אין דעם בנין, האָט ער אַלץ געפֿונען פּונקט אין דעם צושטאַנד, װי עס איז געװען װען מען האָט דעפּאָרטירט ייִדן אין 1942.
דױטש איז געבליבן געפּלעפֿט. די ספֿרים אױף די פּאָליצעס זײַנען געשטאַנען פֿאַרשימלטע, פֿאַרשטױבטע און פֿאַרשװאַרצטע. אין דער שאַפֿע איז נאָך פֿאַרבליבן אַ ביסל צוקער. דאָס זײַנען געװען די מאַטעריעלע גבֿית־עדותן פֿונעם חורבן, און דױטש האָט באַשלאָסן צו מאַכן זײערע פֿאָטאָגראַפֿישע פּאָרטרעטן, װאָס זאָלן אָפּהיטן זײערע צורות אױף להבא. אײניקע פֿון זײַנע פֿאָטאָס געפֿינען זין איצט אין דער זאַמלונג פֿון דער קאָנגרעס–ביבליאָטעק אין װאַשינגטאָן. דער מינכענער פֿאַרלאַג „פּרעסטעל‟ האָט אַרױסגעגעבן אַ גרױסן אַלבום מיט דױטשעס בילדער פֿון ייִדישע חפֿצים: „דער לעצטער פֿאָליאָ: אַ פֿאָטאָגראַפֿישער זכּרון‟.
ערבֿ דער דעפּאָרטאַציע פֿון 1942 האָבן אין באַרדיעװ און די אַרומיקע שטעטלעך געװױנט אַרום דרײַ מיט אַ האַלב טױזנט ייִדישע נפֿשות. צװײ מיט אַ האַלב טױזנט זײַנען דעפּאָרטירט געװאָרן קײן אױשװיץ דעם 15טן מײַ 1942, און די רעשטן זײַנען אומגעקומען שפּעטער. פֿאַר דער מלחמח האָט די שטאָט געהאַט צװײ ייִדישע דרוקערײַען, װאָס האָבן אַרױסגעגעבן אַרום אײן הונדערט ספֿרים, לרובֿ חסידישע. באַרדיעװ געפֿינט זיך אין מיזרח–סלאָװאַקײַ, ניט װײַט פֿון פּױלן, און די חסידים האָבן דאָרט געהערט צו דער שיטה צאַנדז. דאָס איז געװען דאָס זיצאָרט פֿונעם רבין ר’ משה האַלבערשטאַם. חוץ דעם איז די שטאָט געװען באַרימט װי אַ באָד און קוראָרט.
די ייִדישע ספֿרים אױף דױטשעס פֿאָטאָגראַפֿישע פּאָרטרעטן האָבן פּנימער וואָס זעען אויס ממש ווי זקנים. זײ דערמאָנען אָן פֿאָלקלאָרישע אײַנגלייבענישן װעגן מתים װאָס קומען בײַ נאַכט אין שיל אַרײַן צו דאַװענען. זײערע צורות זײַנען פֿאַרקנײטשט און צעבראָכן. זײ קוקן אױף אונדז מיט מעלאַנכאָלישן טרױער און פֿאָרװוּרף, כּלומרשט זײ באַשולדיקן אונדז, די לעבעדיקע, אין דעם װאָס מיר האָבן אָן זײ פֿאַרגעסן. די טונקעלע פֿאַרבן שימערירן מיט בלױ, רױט און גרױ, און פֿון צװישן צעקנײטשטע און צעריסענע בלעטער קוקן אַרױס העברעיִשע אותיות.
די צװײטע סעריע בילדער אינעם בוך שטאַמט פֿון דער שטאָט מיכאַלעװיץ. דאָס זײַנען פֿאָטאָגראַפֿישע פּאָרטרעטן פֿון תּפֿילין. אײניקע זײַנען צעריסן, אָפֿן, מיט פֿאַרװיקלטע פּאַסן פֿון פּאַרמעט, װאָס זעען אױס װי מאָדנע באַשעפֿענישן, חצי–לעבעדיקע חיות און חצי־מעכאַנישע מכשירים.
יורי דױטש באַהערשט מײַסטערהאַפֿטיק דעם קינסטלערישן עפֿעקט װאָס הײסט אָפּפֿרעמדונג. ער קען װײַזן פּשוטע זאַכן, אַזעלכע װי אַלטע שמות, צעבראָכענע מעבל, שטיקער גלאָז און טינק אַזױ װי פֿון דאָס נײַ, אַרױסגעריסן פֿונעם טאָג–טעגלעכן אַרום. זײַן קאַמערע פֿאַרפֿיקסירט די סאַמע קלענסטע שפּעלטלעך, פֿלעקן, שטיקלעך שימל און מאָך, אָבער ער מאַכט זײ אױסזען ניט שמוציק און מיאוס, נאָר ביטער־טרױעריק. אױף די צעריסענע בלעטער לאָזן זיך לײענען אײנצלנע װערטער אױף לשון־קדוש און ייִדיש, צומאָל אױך אין דער דײַטשישער איבערזעצונג. אײן װאָרט װאַרפֿט זיך אין די אױגן: „הפּקד‟, װאָס זעט אױס װי הפֿקר. יורי דױטש איז געװען איבערראַשט װען אױף אײנעם אַ בוך האָט ער דערזען אַ שטעמפּל מיט זײַן פֿאָטערס נאָמען, דױטש יאַקאַב.
לעצנטס האָט מען זיך אַקטיװ אונטערגענומען װידער אױפֿשטעלן די חרובֿע שילן, בית־עלמינס, און צו מאָל — גאַנצע שטעטלעך אין מיזרח־אײראָפּע. די רעסטאַװרירטע בנינים זעען אױס פֿריש און ציכטיק, כּמעט שפּאָגל־נײַ. עס איז ניט קלאָר, װאָס פֿאַר אַ נײַ לעבן קאָנען די דאָזיקע אַמאָליקע ייִדישע געבײַדעס האָבן אָן ייִדן, אָבער זײ ציִען צו טוריסטן פֿון מערבֿ־אײראָפּע, אַמעריקע און ישׂראל. נאָר װען מע קוקט אױף אָט די דאָזיקע נײַ־באַפֿאַרבטע בנינים, דאַכט זיך, אַז אַװעק אין דער אײביקײט זײַנען געגאַנגען ניט נאָר די אַמאָליקע ייִדישע תּושבֿים פֿון יענע שטעט און שטעטלעך. מיט זײ אין אײנעם זײַנען אַװעק זײערע מתים, װאָס האָבן נאָך באַזעצט די אַלטע חורבֿות כּל־זמן זײ זײַנען געשטאַנען פֿאַרלאָזן און פֿאַרװאָרפֿן. אין די דאָזיקע רעסטאַװרירטע שטעט װעט מען שױן מער ניט געפֿינען אַזעלכע הפֿקר־אוצרות, װאָס מען באַװוּנדערט אױף די בילדער פֿון יורי דױטש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.