אַן אַלבאָם פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע לידער – „ייִדישע פּראַכט: פֿאַרלוירענע לידער וועגן לעבן און גורל‟ – איז די װאָך נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „גרעמי‟־אויסצייכענונג אין דער קאַטעגאָריע „וועלט־מוזיק‟. דאָס איז בלויז דאָס צווייטע מאָל וואָס אַן אַלבאָם פֿון לידער פֿאָרגעשטעלט אויף ייִדיש, איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַר דער חשובֿער פּרעמיע. דאָס ערשטע איז געווען אַן אַלבאָם לידער, וואָס האָט באַגלייט אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן די ווילנער פּאַרטיזאַנער.
„ייִדישע פּראַכט‟, געשאַפֿן דורך דער פּראָפֿעסאָרשע אַנאַ שטערנשיס (טאָראָנטער אוניווערסיטעט) אין אײנעם מיטן זינגער און עטנאָמוזיקאָלאָג פּסאָי קאָרעלענקאָ און אַ קאַפּעליע רוסישע, קאַנאַדער און ווײַסרוסישע מוזיקער, לעבט אויף צענדליקער פֿאַרגעסענע קאַמפֿלידער, וואָס ייִדן האָבן געזונגען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
די לידער באַטרעפֿן בלויז אַ קליינעם טייל פֿון אַ ריזיקן אַרכיוו פֿון טויזנטער ייִדיש־שפּראַכיקע לידער, וואָס עס האָט אַ מאָל אָנגעזאַלמט דער פֿאָלקלאָריסט משה בערעגאָווסקי. אין 1949 האָט די סאָוועטישע מאַכט אַרעסטירט בערעגאָווסקין און גלײַכצײַטיק קאָנפֿיסקירט דעם אַרכיוו מיט די לידער. דער אַרכיװ איז פֿאַרגעסן געװאָרן ביז ד״ר שטערנשיס האָט על־פּי־צופֿאַל זיך דערוווּסט וועגן דעם אין די סוף־1990ער יאָרן, בעת זי האָט אין קיִעוו געפֿאָרשט אַן אַנדער טעמע.
מיט זעקס יאָר צוריק האָט שטערנשיס געפֿונען צווישן די לידער אינעם אַרכיװ עטלעכע גאָר אומדערוואַרטע טעקסטן: אומבאַקאַנטע לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן, לידער וואָס מע האָט געזונגען אויפֿן פֿראָנט בײַ דער רויטער אַרמיי און אַפֿילו אַגרעסיווע לידער, ווי איינס מיטן טיטל „היטלער קען אונדז קושן אין תּחת‟. אַ צאָל פֿון די ייִדיש־שפּראַכיקע לידער זענען אַפֿילו געווידמעט ניט־ייִדן.
„ייִדישע פּראַכט‟ איז געוואָרן אַן אומדערוואַרטער שלאַגער, קריגנדיק גלענצנדיקע אָפּרופֿן פֿון אַ צאָל באַקאַנטע צײַטונגען און זשורנאַלן, וואָס רעצענזירן זעלטן־ווען אַ ייִדישן אַלבאָם. מע האָט אויך געמאַכט עטלעכע ראַדיאָ־דאָקומענטאַרן וועגן דעם, אַרײַנגערעכנט איינער וואָס מע האָט טראַנסמיטירט אויף דער באַקאַנטער ראַדיאָ־פּראָגראַם NPR. אַ קאָנצערט, אין וועלכן מע שטעלט פֿאָר דעם גאַנצן אַלבאָם, קען מען זען אויבן.
די „גרעמיס‟, װאָס האָט לכתּחילה געהײסן די „גראַמאַפֿאָן־פּריזן‟, טיילט מען שוין זינט 1959. די יערלעכע טעלעוויזיע־טראַנסמיסיע פֿון דער פּרעמיע־אויסטיילונג איז געװאָרן איינע פֿון די גרעסטע געזעלשאַפֿטלעכע געשעענישן פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער קולטור.
די אויסטיילונג־צערעמאָניע װעט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 10טן פֿעברואַר אין לאָס־אַנדזשעלעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.