מאָנטיק, דעם 12טן נאָוועמבער, איז אַוועק אין דער אייביקייט הרבֿ מאיר לאָקעטש, וואָס איז לאַנגע יאָרן געווען אַ באַליבטער בעל־קורא און בעל־תּפֿילה אין אַ ריי שילן אין באָסטאָן און אומגעגנט. אַחוץ זײַנע טעטיקייטן ווי אַ רבֿ איז ער געווען באַקאַנט דעם ברייטן עולם אַ דאַנק זײַנע שיעורים וועגן די הלכות און מינהגים פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע יום־טובֿים, וואָס מע האָט טראַנסמיטירט אויף דער באָסטאָנער ייִדיש־שפּראַכיקער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול‟.
כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד הרבֿ לאָקעטשן ז׳׳ל אָרדנט „דאָס ייִדישע קול‟ אײַן אַ ספּעציעלע פּראָגראַם צו זײַנע שלושים. אין דער פּראָגראַם וועלן אים מספּד זײַן זײַן זון הרבֿ דובֿ־בער לאָקעטש און הרבֿ שײַקע לערנער פֿונעם ברוקלײַנער חב׳׳ד. מע וועט אויך איבערגעבן הויכפּונקטן פֿון הרבֿ לאָקעטשס שיעורים, וואָס מע האָט פֿריִער טראַנסמיטירט אויפֿן „ייִדישן קול‟.
די פּראָגראַם וועט טראַנסמיטירט ווערן מיטוואָך, דעם 19טן דעצעמבער, פֿון 7:30 ביז 8:30 אין אָוונט אויף דער באָסטאָנער ראַדיאָ־סטאַנציע WUNR 1600 AM. מע וועט זיך אויך קענען צוהערן צו דער אוידיציע אָט דאָ.
הרבֿ מאיר לאָקעטש איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1922. אינעם ערשטן טאָג פֿון דער דײַטשישער באָמבאַרדירונג פֿון דער שטאָט זענען אומגעקומען פֿיר פֿון זײַנע פֿינף שוועסטער. ס׳איז אים געלונגען צו אַנטלויפֿן קיין רוסלאַנד אָבער די סאָוועטן האָבן אים פֿאַרשיקט קיין סיביר. נאָך צוויי יאָר איז ער באַפֿרײַט געוואָרן, כּדי ער זאָל קענען קעמפֿן קעגן די נאַציס אין אַ פּוילישן אָפּטייל פֿון דער רויטער אַרמיי. ער איז געווען צווישן די סאָלדאַטן, וואָס האָבן באַפֿרײַט וואַרשע. נאָכן קומען אָן קיין וואַרשע האָט ער זיך דערוווּסט, אַז קיין איין קרובֿ זײַנער האָט נישט איבערגעלעבט די מילחמה.
נאָכן קריג, האָט זיך לאָקעטש באַזעצט אין לאָדזש, וווּ ער האָט חתונה געהאַט מיט אירענאַ לעטמאַן. דאָס פּאָרפֿאָלק איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1952.
הרבֿ מאיר לאָקעטש האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי, פֿינף קינדער און אַ שלל מיט אייניקלעך און אור־אייניקלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.