דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט האָט מיט עטלעכע וואָכן צוריק איבערגעגעבן אַ בשׂורה־טובֿה, אַז אַ גאַנצע ריי ווערק פֿון יצחק באַשעוויסעס ביכער זענען, סוף־כּל־סוף, צוטריטלעך געוואָרן אויף דער אינטערנעץ. במשך פֿון אַ סך יאָרן איז געווען שווער צו געפֿינען זײַנע אָריגינעלע ביכער. די ירושה־אָרגאַניזאַציע, וואָס היט די מחבר־רעכט פֿונעם באַרימטן נאָבעל־לאַורעאַט, האָט דערלאָזט צו פֿאַרשפּרייטן זײַנע ווערק אויף דער וועבזײַט.
אַנטקעגן וואָס זאָג איך דאָס? באַשעוויסעס ערשטער ראָמאַן, „דער שׂטן אין גאָרײַ‟, לכתּחילה אָנגעשריבן ווי אַ המשך פֿאַרן פּוילישן זשורנאַל „גלאָבוס‟, בלײַבט איינער פֿון די בעסטע. אויף דער וועבזײַט פֿונעם ביכער־צענטער קאָן מען אַראָפּלאָדן די שפּעטערדיקע אויסגאַבע פֿונעם יאָר 1943. אינעם ראָמאַן ווערט דערציילט וועגן דעם שטעטל גאָרײַ, וווּ כמעלניצקיס באַנדעס האָבן פֿאַרטיליקט אַ דריטל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. די צערודערטע ייִדן האָבן אָנגעהויבן גלייבן, אַז שבתי צבֿי איז דער אמתער משיח. אַנשטאָט דעם סטערעאָטיפּישן געשטאַלט פֿון אַ שטיל ייִדיש שטעטל, שילדערט באַשעוויס פֿאַרשיידענע אויסטערלישע מעשׂים.
נישט לאַנג צוריק האָב איך אָנגעשריבן אַן אַרטיקל, וווּ איך דערמאָן דעם רמח״ל, רבי משה־חיים לוצאַטו. ווען איך האָב געשריבן דעם אַרטיקל, האָט מיר די באַקאַנטע פֿאָרשערישע וועבזײַט Academia.edu פּלוצעם פֿאָרגעלייגט איבערצולייענען אַן עסיי פֿון ד״ר יונתן גאַרב, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון קבלה, וועגן דער קאָנטראָווערסיע אַרום דעם רמח״ל. דער טעקסט טראָגט דעם נאָמען „געשלעכט און סעקסואַליטעט אין דער לוצאַטו־קאָנטראָווערסיע‟. דאָרט האָב איך אַבטדעקט אַן אמתן חידוש: גאַרב דערמאָנט באַשעוויסעס „שׂטן אין גאָרײַ‟.
אינעם 18טן יאָרהונדערט האָט אין דער ייִדישער וועלט געהערשט אַן אָנגעשטרענגטע אַטמאָספֿער, וואָס גאַרב פֿאַרגלײַכט מיט די רדיפֿות קעגן מכשפֿות אין דער אַמאָליקער אייראָפּע. פֿון אַזעלכע רדיפֿות האָט שטאַרק געליטן רבי משה־חיים לוצאַטו – הײַנט באַקאַנט ווי דער רמח״ל. אין די הײַנטיקע פֿרומע קרײַזן דערציילט מען זעלטן, אַז דער מחבר פֿון די פּאָפּולערע מוסר־ספֿרים „מסילת־ישרים‟ און „דרך השם‟ איז געווען, לויט די הײַנטיקע סטאַנדאַרטן פֿון פֿרומקייט, זייער אַן עקסצענטרישע פֿיגור, וועלכע וואָלט טאַקע געקאָנט דינען ווי אַן אינספּיראַציע־קוואַל פֿאַר באַשעוויסן.
געבוירן אין איטאַליע, אינעם יאָר 1707, האָט דער יונגער משה־חיים זיך פֿאַראינטערעסירט מיט מיסטישע ענינים, אַלכעמיע און קונסט, זיך אויסגעלערנט לאַטײַן, גריכיש און פֿראַנצייזיש. זײַענדיק נאָך אַ 20־יאָריקער בחור, האָט ער געמאָלדן, אַז זײַן „מגיד‟ – אַ פּערזענלעכער מלאך – אַנטפּלעקט אים טיפֿע סודות־התּורה. דערצו האָט דער יונגער מקובל סעלעקטיוו, נישט־באַהאַלטענערהײט, זיך באַנוצט מיט שבתי־צבֿינישע ספֿרים. די קריטיקער האָבן אים, אַוודאי, פֿאַרדאַמט און געטענהט, אַז אָדער ער איז אַ משוגענער, אָדער חבֿרט ער זיך מיטן שׂטן אַליין.
אין 1731 האָט דער יונגער מקובל חתונה געהאַט. לויט קריטישע באַמערקונגען פֿון זײַן רבֿ, ישעיה באַסאַן, איז דער שידוך געווען פֿאַרבונדן מיט אַ קאָנטראָװערסאַלער געשיכטע; דער בחור האָט איבערגעכאַפּט זײַן כּלה פֿון איר פֿריִערדיקן חתן. שפּעטער האָט דער רמח״ל אָנגעשריבן אַ פּירוש אויף זײַן אייגענער כּתובה מיט אַן אַמביציעזן משיחישן טעם.
די קריטיקער פֿונעם „קבלה־צענטער‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס טענהן, אַז דאָרטן שטודירן באַקאַנטע נישט־ייִדישע פּערזענלעכקייטן. דער רמח״ל האָט אָבער שוין געטאָן עפּעס ענלעכס. אין זײַנע בריוו דערמאָנט ער זיך, אַז איינע אַ פֿראַנצויזישע נישט־ייִדישע אַדל־פֿרוי האָט געוואָלט זיך טרעפֿן מיט אים; זיי האָבן זיך געטראָפֿן און באַהאַנדלט צוזאַמען אַלע מינים קבלה־זאַכן.
דער רמח״ל האָט נישט געטראָגן קיין באָרד און אויסגעזען ווי אַ מאָדערנער מענטש. אַ מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִד וואָלט ער פֿאַרחידושט: ס׳טײַטש – אַ משׂכּיל און אַ מקובל! הגם איטאַליע איז געווען אַ טאָלעראַנט לאַנד, האָט רבי משה־חיים געמוזט זיך באַזעצן אינעם מער ליבעראַלן אַמסטערדאַם. זײַנע לעצטע יאָרן האָט ער פֿאַרבראַכט אין ארץ־ישׂראל װײַל פֿון האָלאַנד האָבן די קעגנער אים פֿאַקטיש ווײַטער פֿאַרטריבן. ער איז געשטאָרבן צו 39 יאָר בעת אַ פּעסט־מגיפֿה, צוזאַמען מיט זײַן משפּחה, און ליגט באַערדיקט אינעם אַראַבישן שטעטל כּפֿר־יסיף לעבן עכּו. ס׳רובֿ היסטאָריקער גלייבן, אַז זײַן אַנדער „קבֿר‟ אין טבֿריה איז אַ פֿאַלשער.
הגם אַ סך פֿון זײַנע ווערק האָבן די קעגנער פֿאַרברענט, איז דער אָפּגעהיטער טייל פֿון רמח״לס ליטעראַרישן עזבֿון זייער אָריגינעל, גרויס און פֿאַרשיידנאַרטיק: צענדליקער קבלה־ספֿרים, אַרײַנגערעכנט אַנטפּלעקונגען פֿון זײַן מלאך, פֿילאָסאָפֿיע, לינגוויסטיק, דרײַ טעאַטער־פּיעסעס אויף אַ כּמו־תּנ״כישן לשון־קודש: „מעשׂה שמשון‟, „מגדל עז‟ און „לישרים תּהלה‟, און אַפֿילו אייגענע תּהילים־קאַפּיטלען. נישט געקוקט אויף אַלע סתּירות, הלוואי וואָלטן אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט געווען מער אַזעלכע אייגנאַרטיקע, לעבעדיקע פּערזענלעכקייטן!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.