ייִדיש פֿיגורירט אין פֿינף פֿילמען בײַם „ניו־יאָרקער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל‟

Yiddish Appears in 5 Films at NY Jewish Film Festival

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 17, 2018.
Katahdin Productions/G02Films

דער „ניו־יאָרקער ייִדישער קינאָ־פֿעסטיוואַל‟ האָט לעצטנס געלאָזט וויסן וועלכע פֿילמען מע וועט ווײַזן אויפֿן הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר אין יאַנואַר. צווישן זיי געפֿינען זיך פֿיר פֿילמען און איין טעלעוויזיע־פּראָגראַם, וואָס זענען — אָדער צום טייל, אָדער אין גאַנצן — אויף מאַמע־לשון.

פֿון די פֿינף זענען 3 נײַע, וואָס מע ווײַזט אין ניו־יאָרק צום ערשטן מאָל:

Go2Films- Black Honey- Trailer from Go2Films on Vimeo.

דינסטיק, דעם 15טן יאַנואַר, 1:00 נאָכמיטאָג און 6:00 אין אָוונט, וועט מען ווײַזן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „דבש שחור‟ (שוואַרצער האָניק), וואָס שילדערט דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון אַבֿרהם סוצקעווער דורך אינטערוויוען און אויסצוגן פֿון זײַנע לידער. דעם פֿילם האָט געמאַכט דער ישׂראלדיקער רעזשיסאָר אורי ברבש מיט דער מיטהילף פֿון דער אַקטריסע הדס קלדרון, וואָס איז סוצקעווערס אַן אייניקל. דער פֿילם נעמט אַרײַן אינטערוויוען מיט אַ ריי באַרימטע פּערזענלעכקייטן אויף דער ייִדישער גאַס, אַרײַנגערעכנט ד׳׳ר רות ווײַס און ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי.

דער רעזשיסאָר, אורי ברבש, וועט זײַן אויף דער פֿילם־ווײַזונג און ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿונעם עולם.

Autonomies Trailer from Keshet International on Vimeo.

די נײַע טעלעוויזיע־פּראָגראַם „אויטאָנאָמיעס‟ איז אַ דיסטאָפּישע, אין וועלכער ישׂראל ווערט צעטיילט אויף צוויי אויטאָנאָמישע זאָנעס. דאָ רעדט זיך ניט וועגן קיין פּשרה מיט די פּאַלעסטינער אויף צו שאַפֿן צוויי מלוכות, נאָר דווקא אַ פּשרה מיט די חרדים, וואָס באַקומען זייער אייגענער טעריטאָריע אין ירושלים, וווּ ייִדיש ווערט אָנערקענט ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך. די פּראָגראַם שילדערט די פּראָבלעמען וואָס קומען אַרויס פֿון אַזאַ צעטיילונג. איינער פֿון די הויפּט־העלדן אין דער פּראָגראַם איז, למשל, אַ חסידישער שמוגלער, וואָס ברענגט פּאָרנאָגראַפֿיע און נאַרקאָטיק אין דער נײַער חרדישער אויטאָנאָמיע אַרײַן.

די ערשטע פֿינף עפּיזאָדן פֿון דער פּראָגראַם, בסך־הכּל דרײַ און אַ האַלב שעה, וועט מען ווײַזן אויף איין מאָל מיטוואָך, דעם 16טן יאַנואַר, 6 אַ זייגער אין אָוונט. דער שאַפֿער פֿון דער סעריע, יהונתן אינדורסקי, וואָס איז אויך אַ הויפּט־שרײַבער פֿון דער פּראָגראַם „שטיסל‟, וועט בײַזײַן אויף דער ווײַזונג און ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿונעם עולם.

דאָנערשטיק, דעם 17טן יאַנואַר, 3:30 נאָכמיטאָג און 8:30 אין אָוונט, וועט מען ווײַזן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם Who Will Write Our History, וואָס שילדערט די געשיכטע פֿונעם „עונג־שבת־אַרכיוו‟ אין וואַרשעווער געטאָ דורך אויסצוגן פֿון עמנואל רינגעלבלומס טאָגבוך און די זכרונות פֿון רחל אויערבאַך, דאָקומענטן וואָס מע האָט פֿאַרבאַהאַלטן אינעם אַרכיוו, אינטערוויוען מיט היסטאָריקער און אַנדערע עקספּערטן און רעקאָנסטרויִרונגען דורך אַקטיאָרן. דעם פֿילם האָט געשאַפֿן די רעזשיסאָרקע ראָבערטאַ גראָסמאַן און די פּראָדוצענטקע נענסי שפּילבערג אויפֿן סמך פֿון שמואל קאַסאָווס בוך פֿונעם זעלביקן נאָמען. עס נעמט אויך אָנטייל אינעם פֿילם דער באַרימטער אַקטיאָר עדריען בראָדי, וואָס דינט ווי דער קול פֿון עמנואל רינגלבלום.

אויף דער פֿילם־ווײַזונג וועלן רעדן און ענטפֿערן אויף פֿראַגעס די רעזשיסאָרקע ראָבערטאַ גראָסמאַן, די פּראָדוצענטקע נענסי שפּילבערג, דער היסטאָריקער ד׳׳ר שמואל קאַסאָוו און די אַקטריסע דזשאָון אַלען, וואָס דינט ווי דער קול פֿון רחל אויערבאַך אינעם פֿילם.

מע וועט אויפֿן קינאָ־פֿעסטיוואַל אויך ווײַזן צוויי עלטערע פֿילמען אויף מאַמע־לשון:

אין 1980 האָט דער יונג־פֿאַרשטאָרבענער פֿילם־רעזשיסאָר סאַמי שלינגערמאַן געשאַפֿן אַ זעלטענעם פֿילם Brussels Transit (דאָס אַריבערציִען זיך אין בריסל), וואָס איז אין די 1980ער יאָרן געווען דער איינציקער פֿילם וואָס מע האָט געמאַכט אויף דער גאַנצער וועלט אין גאַנצן אויף מאַמע־לשון.

די אַקטיאָרן זענען אַלע געווען אָדער אַזוי ווי שלינגערמאַן — קינדער פֿון שארית־הפּליטה ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין בעלגיע, אָדער אַליין ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. דער פֿילם, וואָס מע ווײַזט אין אַ נײַעם רעסטאַוורירטן נוסח, שילדערט די שוועריקייטן פֿון די פּוילישע ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין בעלגיע.

מע וועט ווײַזן דעם פֿילם מיטוואָך, דעם 9טן יאַנואַר, 4:00 אַ זייגער נאָכמיטאָג און מאָנטיק, דעם 21סטן יאַנואַר, 3:00 אַ זייגער נאָכמיטאָג.

דער פֿילם Camera Obscura שילדערט דאָס לעבן פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין אַרגענטינע אין די סוף 1800ער יאָרן. דער פֿילם, פֿון 2008, ווערט געוויזן ווי אַ טייל פֿון אַ סעריע פֿילמען געמאַכט פֿון רעזשיסאָרקעס, וואָס די אָרגאַניזירער פֿונעם פֿעסטיוואַל האַלטן, אַז דער ברייטער עולם האָט ביז איצט פֿאַרקוקט.

דעם פֿילם וועט מען ווײַזן דינסטיק, דעם 15טן יאַנואַר, 3:30 נאָכמיטאָג און 8:30 אין אָוונט.

אַלע ווײַזונגען וועלן פֿאָרקומען בײַם „געזעלשאַפֿט פֿאַר פֿילמען‟ אין „לינקאָן־צענטער‟. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.filmlinc.org/.