מיט זײַן אויפֿפֿירונג פֿון „וואַרטן אויף גאָדאָ‟ אין שיין בייקערס ייִדישער איבערזעצונג האָט דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟, בראָש מיט דוד מאַנדעלבאַום, באַקומען אַ שם פֿאַרן פֿאָרשטעלן ערשטקלאַסיקן אַװאַנגאַרדישן טעאַטער אױף מאַמע־לשון.
בעקעטס באַרימטע פּיעסע, וואָס דער אירלענדישער דראַמאַטורג האָט אָנגעשריבן אויף פֿראַנצייזיש, האָט געקריגן אַ נײַע ממשותדיקייט אין דער ייִדישער איבערזעצונג, ניט געקוקט אויף דעם וואָס, פּונקט אַזוי ווי אינעם אָריגינאַל, קומט קײן שום זאַך אין דער פּיעסע ניט באמת פֿאָר. צו יענער צײַט, אין 2013, האָט מען דערמאָנט אין דער פּרעסע דעם פֿאַקט, וואָס בעקעט האָט לכתּחילה געגעבן זײַנע העלדן ייִדישע נעמען, איידער ער האָט באַשלאָסן זיי צו מאַכן מער אוניווערסאַל. מיט דער ייִדישער אינסצענירונג האָט מאַנדעלבאַום געװאָלט פֿון דאָס נײַ פֿאַרבינדן בעקעטס אַבסורדישע דראַמע מיט איר ייִדישער טעמאַטיק.
די וואָך וועט מען פֿאָרשטעלן די פּיעסע מיט אַ נײַער גרופּע אַקטיאָרן, וואָס איז צום טייל אַנדערש, פֿון די אַקטיאָרן וועמען מע האָט געהאַט רעקלאַמירט מיט צוויי חדשים צוריק. דוד מאַנדעלבאַום וועט ווידער שפּילן די הויפּטראָלע עסטראַגאָן. צוזאַמען מיט אים וועט אלי ראָזען שפּילן די צווייטע הויפּטראָלע וולאַדימיר. דער אַקטיאָר ריטשערד סאַודעק וועט שפּילן די ראָלע פֿונעם דורכגעפֿאַלענעם וויסנשאַפֿטלער „לאָקי‟, און געראַ סאַנדלער וועט שפּילן לאָקיס סאַדיסטישן בעל־הבית, „פּאָזאָ‟. עס וועט אויך אויפֿטרעטן סאַנדלערס זון נועם, וואָס וועט שפּילן די ראָלע פֿונעם „ייִנגל‟.
די אָריגינעלע פּראָדוקציע פֿון „גאָדאָ‟ אויף ייִדיש האָט רעזשיסירט דער לאַנגיאָריקער אַקטיאָר און בינע־קינסטלער משה יאַסור. דאָס מאָל וועט רעזשיסירן רוניתּ מושקאַטבליט, אַ ישׂראלדיקע טעאַטער־רעזשיסאָרקע, וואָס אַרבעט שוין עטלעכע יאָר ווי די דירעקטאָרשע פֿון „לאַבאַ‟, אַ קונסט־פּראָגראַם וואָס ברענגט צונויף ייִדישע קינסטלער, שרײַבער און דראַמאַטורגן, זיי זאָלן צוזאַמענלייענען ייִדישע טעקסטן.
„וואַרטן אויף גאָדאָ‟ וועט שפּילן אינעם ייִדישן Y אויף דער 14סטער גאַס אין מאַנהעטן פֿון זונטיק דעם 24סטן דעמעצבער ביז זונטיק דעם 27סטן יאַנואַר. בילעטן ($35) קען מען באַשטעלן דאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.