ווייניק ווערטער אין דער וועלט רופֿן אַרויס אַזעלכע צעהיצטע היפּוכדיקע רעאַקציעס, ווי „ישׂראל‟ און „פּאַלעסטינע‟. אַזוי ווי געוויסע קללות, ווערן זיי צומאָל פֿאַרשריבן אויף אויסגעקרימטע אופֿנים אָדער אין גענדזן־פֿיסלעך; אין אַ טייל אַנטי־ציוניסטישע און פּראָ־ישׂראלדיקע קרײַזן מיינט מען, אַז אַזאַ נוסח שרײַבן ווײַזט דער גאָרער וועלט, כּלומרשט, אַז דער צד־שכּנגדו האָט נישט קיין רעכט צו עקזיסטירן. למשל, מיט אַ חודש צוריק האָט מײַנע אַ באַקאַנטע, אַ פֿרוי פֿון ארץ־ישׂראל, אַרויסגעשטעלט אויף „פֿייסבוק‟ בעת איר נסיעה קיין איטאַליע אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם מוזיי אין וואַטיקאַן, וווּ עס שטייט אויפֿגעשריבן: „סירישע און פּאַלעסטינער חפֿצים פֿון 2,000 יאָר פֿאַר דער הײַנטיקער צײַט־רעכענונג ביז דער רוימישער תּקופֿה‟. עס האָט זיך באַוויזן אויף איר זײַטל אַ גאַנצע כאָפּטע רעכט־געשטימטע ישׂראלים, וועלכע האָבן גענומען שרײַען אויף אַ קול, אַז ס׳איז נישטאָ און קיינמאָל נישט געווען קיין פּאַלעסטינע.
בײַ אַ טייל פּאַלעסטינער שטיצער רופֿן אַזעלכע רעאַקציעס אױף געוויסע מוזיי־עקספּאָנאַטן אַרויס דערקלערונגען, אַז זיי שטאַמען פֿונעם אוראַלטן ישׂראל. דער ספּעציפֿישער אַרטיקל אין דער ענגלישער וויקיפּעדיע, געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם נאָמען „פּאַלעסטינע‟, איז איינער פֿון די לענגסטע. די וועבזײַט קאָן אַפֿילו נישט מאַכן דערפֿון אַ „פּי־די־עף‟ – ס׳איז צו לאַנג. דער אומגעוויינטלעך ריזיקער פֿאַרנעם האָט זיכער צו טאָן מיטן דערמאָנטן סיכסוך.
נישט לאַנג צוריק האָט דער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט דזשאָשואַ מאַרק פּובליקירט אַ באַלערנדיקן אַרטיקל וועגן פּאַלעסטינע אויף דער וועבזײַט Ancient.eu – אַן אינטערנעץ־ענציקלאָפּעדיע פֿון דער אוראַלטער געשיכטע, אַ גוטער רעסורס פֿון פֿאַרלאָזלעכע היסטאָרישע ידיעות. וואָס שייך דעם אוראַלטן ישׂראל, איז מיט עטלעכע חדשים צוריק דערשינען אַ גוטער אַרײַנפֿיר־אַרטיקל אויף אַן ענלעכער געשיכטלעכער וועבזײַט – Ancientpages.com.
דער צווייטער אַרטיקל דערציילט וועגן דעם מיצרישן פּרעה מערנעפּטאַך, וועלכער האָט געוועלטיקט אין מצרים מיט 3,200 יאָר צוריק. אויף אַ שטיינערנעם מאָמומענט, וואָס שטייט איצט אין קאַיִר, באַרימט זיך דער דאָזיקער מלך, אַז בעת איינער פֿון זײַנע מיליטערישע קאַמפּאַניעס איז „ישׂראל אינגאַנצן צעשטערט געוואָרן”. אין דער אמתן, זענען ביידע נעמען טאַקע זייער אַלט. זיי ביידע האָבן אָבער ווייניק צו טאָן סײַ מיט די הײַנטיקע ייִדן, סײַ מיט די הײַנטיקע פּאַלעסטינער.
מיט אַרום 3,000 יאָר צוריק איז אין אַ טייל פֿון ארץ־ישׂראל אויפֿגעקומען דאָס באַזונדערע מלכות־ישׂראל, וואָס האָט עקסיסטירט במשך פֿון צוויי הונדערט יאָר. אין די אוראַלטע דאָקומענטן פֿיגורירט אַ סך אָפֿטער „יהודה‟ ווי דער נאָמען פֿונעם צווייטן ייִדישן מלכות; דאָס שפּיגלט זיך אָפּ אינעם וואָרט „ייִדן‟, וואָס שטאַמט פֿונעם לשון־קודשדיקן „יהודים‟. פֿון דעסט וועגן, איז ישׂראל טאַקע געווען לאַנג באַקאַנט ווי אַ קאָלעקטיווע באַצייכענונג פֿון ייִדישע שבֿטים.
אַוודאי, ווייסן מיר די מעשׂה, ווי אַזוי יעקבֿ אָבֿינו האָט באַקומען דעם נײַעם נאָמען צוליב זײַן נצחון אין אַ געראַנגל מיט אַ מלאך. דער עצם־נאָמען „ישׂראל‟ איז אָבער דעמאָלט שוין געווען גענוג פֿאַרשפּרייט אין מעסאָפּאָטאַמיע, אָן קיין שײַכות צו ייִדן. ער טרעפֿט זיך אין די אָפּגעהיטע אוראַלטע אויפֿשריפֿטן אויף דרײַ אַנדערע סעמיטישע לשונות: עבלאַיִטיש, אוגאַריטיש און אַסיריש. איין עבלאַיִטישע אויפֿשריפֿט מיטן דאָזיקן וואָרט איז בערך 4,500 יאָר אַלט – מיט הונדערטער יאָרן פֿאַר די ייִדישע אָבֿות. ס׳איז נישט קלאָר, וואָס דער נאָמען האָט לכתּחילה געמיינט. דער נאָמען „פּלשת‟ – פּאַלעסטינע – באַווײַזט זיך שוין מיט 3,150 יאָר צוריק אין מיצרישע דאָקומענטן, אויך אין שײַכות מיט ארץ־ישׂראל. דער עיקר, האָט מען אַזוי גערופֿן דעם ברעג־ראַיאָן אַרום עזה, אַשקלון און אַשדוד. די פּלישתּים זענען געווען אַ מיסטעריעז פֿאָלק, וואָס האָט אַמאָל באַזעצט די געגנט.
אַזוי צי אַזוי, פֿיגורירט פּאַלעסטינע שוין לאַנג ווי אַ באַצייכענונג פֿון ארץ־ישׂראל – למשל, אין די ווערק פֿון באַרימטן אַלטגריכישן היסטאָריקער העראָדאָט. אין דער גריכיש־רוימישער וועלט איז עס געווען דער סטאַנדאַרטער נאָמען פֿונעם גאַנצן ראַיאָן. ייִדן האָבן זיך אויך גאַנץ ברייט באַנוצט דערמיט ביז דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
און וואָס שייך די אַראַבער, האָבן זיי באַזעצט מיט 2,400 יאָר צוריק אַ גרויסן שטח אין נאַבאַטיע – די הײַנטיקע יאָרדאַניע. אַ ממשותדיקער טייל פֿון זייער לאַנד איז אַריבער צום מלכות־חשמונאָים. ס׳איז איראָניש, אַז די ייִדישע מלכים האָבן דורכגעפֿירט אַ מין מיליטערישן „דזשיהאַד‟ און מגייר געווען טויזנטער נבֿטים בגוואַלד מיט אַ שווערד. ווי אַ רעזולטאַט, האָט דער מלך הורדוס אַליין שפּעטער געשטאַמט פֿון אַן אַראַביש־שטאַמיקער גיורת, קיפּרע אָדער קיפּראָס. עס קאָן אַפֿילו זײַן, אַז די הײַנטיקע ייִדן שטאַמען אין אַ געוויסער מאָס פֿון די אַמאָליקע אַראַבישע גרים, און די הײַנטיקע פּאַלעסטינער – פֿון געשמדטע ייִדן. ווי געזאָגט, האָט עס אָבער ווייניק צו טאָן מיט דער עטימאָלאָגיע פֿון „ישׂראל‟ און „פּאַלעסטינע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.