יעקבֿ אָבֿינוס משפּחה האָט זיך באַזעצט אין מצרים. בײַם אָנהייב, האָבן ייִדן דאָרט רויִק געלעבט. נאָך יוספֿס פּטירה איז אָבער געקומען צו דער מאַכט אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט זיי אָנגעהויבן פֿאַרשקלאַפֿן און רודפֿן.
דער באַשעפֿער האָט זיך אַנטפּלעקט צו משה רבינו און דערקלערט, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿונעם מיצרישן גלות. דער אייבערשטער האָט צוגעגעבן, אַז זײַן נאָמען איז „אהי״ה אשר אהי״ה‟ — „איך בין וואָס איך בין‟.
דאָס איז איינער פֿון די ערשטע פּסוקים אין דער תּורה – מעגלעך, דער סאַמע ערשטער – וואָס האָט אַ בפֿירוש פֿילאָסאָפֿישן טעם. פֿאַרשטייט זיך, קאָן מען אָפּטײַטשן דעם גאַנצן חומש על־פּי חקירה, און אַ גאַנצע ריי מפֿרשים האָט אַזוי געטאָן, נאָר אין דעם פֿאַל באַרירט דעם אייבערשטנס ענטפֿער די יסודותדיקע פֿראַגעס פֿון פֿילאָסאָפֿיע: דאָס וועזן און די באַציִונג צווישן דעם סוביעקט און אָביעקט.
ער איז וואָס ער איז – דער באַשעפֿער גיט אונדז צו פֿאַרשטיין, אַז ער איז גובֿר אַלע באַגריפֿן און דעפֿיניציעס. די פֿילאָסאָפֿן האָבן תּמיד באַטראַכטן דעם דאָזיקן ענטפֿער אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים.
דער הײַנטיקער שבת פֿאַלט אויס דעם 21סטן טאָג פֿון טבֿת. דאָס איז די דאַטע, ווען אינעם יאָר 1485 האָט די משפּחה סאָנטשינאָ אָפּגעדרוקט צום ערשטן מאָל רבי יוסף אַלבוס „ספֿר העיקרים‟ – אַ קלאַסיש ווערק פֿון דער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. אינעם 15טן יאָרהונדערט האָט די חכמה פֿון דרוקערײַ ערשט געהאַט אָנגעהויבן זיך צו פֿאַרשפּרייטן אין אייראָפּע; דערפֿאַר זענען אַזעלכע גאָר אַלטע געדרוקטע אויסגאַבעס – וואָס הייסן אינקונאַבולן – אַ יקר־המציאות. די דײַטשיש־אָפּשטאַמיקע אַשכּנזישע משפּחה סאָנטשינאָ האָט געשאַפֿן אין איטאַליע איינעם פֿון די ערשטע ייִדישע פֿאַרלאַגן.
די היסטאָריקער גלייבן, אַז יוסף אַלבו איז געבוירן געוואָרן אין שפּאַניע, בערך אינעם יאָר 1380. זײַן רבי אין פֿילאָסאָפֿיע איז געווען דער אָנגעזעענער חוקר רבי חסדאי קרשׂקשׂ (קרעסקאַס), דער מחבר פֿונעם באַקאַנטן ספֿר „אור ה׳‟. ווייניק ווייסן מיר וועגן אַלבוס ביאָגראַפֿיע; ס׳זעט אויס, אַז ער איז געווען אַ דאָקטער און גוט געקענט לאַטײַן, די עיקר־שפּראַך פֿון נישט־ייִדישע פֿילאָסאָפֿן אין זײַן לאַנד. װי עס זעט אויס איז ער ניפֿטר געוואָרן אין 1444.
יוסף אַלבוס ספֿר האָט שטאַרק אויסגענומען און בלײַבט איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿילאָסאָפֿישע ספֿרים, אַ קריטישע אַלטערנאַטיוו צום רמב״מס שיטה. די הײַנטיקע אויסגאַבעס פֿון „ספֿר העיקרים‟ ווערן אָפֿט באַגלייט מיטן פּירוש „עץ שתול‟ פֿונעם לובלינער רבֿ גדליה ליפֿשיץ, וואָס באַשטייט פֿון צוויי חלקים: „שרשים‟ און „ענפֿים‟ – וואָרצלען און צווײַגן. דער נאָמען פֿונעם פּירוש שטימט מיט רבי יוסף אַלבוס טערמינאָלאָגיע, לויט וועלכער די דרײַ וויכטיקסטע עיקרים פֿון דער ייִדישער אמונה ווערן ווײַטער „צעצווײַגט‟ אויף אַנדערע יסודותדיקע פּרינציפּן. די דרײַ עיקרים זענען: גלייבן אין גאָט; גלייבן, אַז גאָט האָט זיך אַנטפּלעקט צו די מענטשן; גלייבן, אַז מענטשן ווערן באַלוינט און באַשטראָפֿט לויט זייערע מעשׂים.
אין פֿאַרגלײַך מיטן רמב״מס 13 עיקרי־אמונה, האַלט אַלבו, אַז סײַ ייִדישקייט, סײַ רעליגיע אינעם ברייטערן זין, אַרײַנגערעכנט קריסטנטום און איסלאַם, האַלט זיך אויף אַ מין מינימאַליסטישער סיסטעם פֿון אָט־די דרײַ פֿונדאַמענטאַלע פּרינציפּן. פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרטיידיקט ער אין זײַן ווערק די ייִדישע טראַדיציע און דערווײַזט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, פֿאַרוואָס זי איז בעסער און דערהויבענער. פֿון דעסט וועגן, באַציט זיך דער דאָזיקער דענקער גאַנץ פּאָזיטיוו צום גלייביקן מענטש אין אַלגעמיין. אַלבו איז געווען אַ געבילדעטער, אַ חכם און האָט געקענט אי דעם רמב״מס ראַציאָנאַליסטישע שיטה, אי קבלה, אי געלייענט אַ ריי איסלאַמישע און קריסטלעכע דענקער.
די זעלבסט־דעפֿיניציע „איך בין וואָס איך בין‟, מיט וועלכער דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט צו משה אין אַ ברענענדיקן קוסט, ווערט באַטראַכט אינעם צווייטן טייל פֿון „ספֿר העיקרים‟. יוסף אַלבו דערקלערט, אַז אַלע באַשעפֿענישן קאָנען כאַראַקטעריזירט ווערן מיט דער פֿראַזע „איך בין וואָס ער איז‟, ווײַל זייער מציאות ווענדט זיך אינעם וועזן פֿון אַנדערע אָביעקטן. „איך בין‟, זאָגט דער מענטש, ווייסנדיק דערבײַ, אַז זײַן עקזיסטענץ איז באַדינגלעך, זײַענדיק אַ טייל פֿון אַלץ. בלויז דער אייבערשטער קאָן אינעם אמתן זין זאָגן, אַז זײַן וועזן איז אינגאַנצן אומבאַדינגלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.