זאַמד-צייכענונג פֿון באַשעוויס־מעשׂה געשאַפֿן פֿון קינדער

Sandpainting of Bashevis Story Created By Children

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 31, 2018.
די מאָסקווער קינדער־אַנימאַציע אויפֿן סמך פֿון יצחק באַשעוויסעס דערציילונג „ערבֿ־חנוכּה אין וואַרשע‟
ORT CIS
די מאָסקווער קינדער־אַנימאַציע אויפֿן סמך פֿון יצחק באַשעוויסעס דערציילונג „ערבֿ־חנוכּה אין וואַרשע‟

מיט עטלעכע וואָכן צוריק, בין איך געווויר געוואָרן וועגן אַ נײַעם חנעוודיקן אַנימאַציע־פֿילם אויף רוסיש, געשאַפֿן פֿון אַ גרופּע שולקינדער ווי אַן עקראַניזאַציע פֿון יצחק באַשעוויסעס דערציילונג „ערבֿ־חנוכּה אין וואַרשע‟. אינעם 13־מינוטיקן פֿילם, וואָס האָט געוווּנען אַ פּריז דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל, ווערן אַלע בילדער געצייכנט מיטן פֿאַרשיידן־קאָליריקן זאַמד.

די קינדער לערנען זיך אין דער הויך־טעכנאָלאָגישער פֿאַכשול „אָרט‟ אין מאָסקווע. פֿופֿצן תּלמידים פֿונעם פֿערטן קלאַס צייכענען און רעדן אינעם פֿילם; אַ ייִנגל פֿונעם זעקסטן קלאַס האָט פֿילמירט די סצענעס. מיטן פּראָיעקט האָבן אָנגעפֿירט יעלענאַ קאָנאָנאָוויטש, וואָס פֿירט אָן מיט דער סעקציע פֿון זאַמד־אַנימאַציע, און סוויעלאַנאַ יאַמפּאָלסקאַיאַ — די אָנפֿירערין פֿון דער ווידעאָ־סטודיע. דער אײַנפֿאַל זיך צו באַנוצן מיט באַשעוויסעס חנוכּה־דערציילונג קומט פֿון דער העברעיִש־לערערין, יוליאַ שיפֿרין.

בײַם שאַפֿן די אַנימאַציע
ORT CIS
בײַם שאַפֿן די אַנימאַציע

באַשעוויס האָט ס׳רובֿ פֿון זײַן לעבן געוווינט אין אַמעריקע און אַ סך פֿון זײַנע ווערק זענען לכתּחילה דערשינען אויף ייִדיש אינעם „פֿאָרווערטס‟, וווּ דער שרײַבער האָט געאַרבעט במשך פֿון אַ סך יאָר. ער איז אָבער באַרימט געוואָרן, דער עיקר, צוליב די ענגלישע איבערזעצונגען פֿון זײַנע ביכער. דער בשותּפֿותדיקער דײַטשיש־אַמעריקאַנער אַנימאַציע־פֿילם „דער אמתער שלומיאל — אַהרנס פֿאַרכּישופֿט דאָרף‟, באַגרינדעט אויף באַשעוויסעס דערציילונג „זלאַטע די ציג‟ (און דאַכט זיך, די איינציקע באַשעוויס־אַנימאַציע אויף ענגליש) איז מיר דווקא נישט געפֿעלן געוואָרן. טאַקע פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכט, אָבער אָן קיין ייִדישן טעם. להיפּוך, האָט זיך בײַ די קינדער אין דער מאָסקווער „אָרט‟־שול (די גימנאַזיע נומער 1540), באַקומען אַ פּשוטע, אָבער דווקא שיינע קינאָ־שאַפֿונג.

די „אָרט‟־שולסיסטעם האָט אַ לאַנגע געשיכטע הינטער זיך. אינעם יאָר 1880 האָט מען אין רוסלאַנד געשאַפֿן אַ פֿאָנד פֿאַרן אַנטוויקלען ייִדישע פֿאַכשולן און לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס, און מע האָט זיי אַ נאָמען געגעבן „אָרט‟, לויט די רוסישע ראָשי־תּיבֿות פֿון „געזעלשאַפֿט פֿון פֿאַכמענישער אַרבעט‟. במשך פֿון די יאָרן איז דער פֿאָנד זיך צעוואַקסן אין אַ מעכטיקער אינטערנאַציאָנאַלער בילדונג־סיסטעם. אינעם יאָר 1938 האָט סטאַלינס רעגירונג אָפּגעשטעלט די טעטיקייט פֿון „אָרט‟ אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; די שולן האָבן אָבער ווײַטער פֿונקציאָנירט אין אַ ריי לענדער, אַפֿילו אונטער דער נאַצי־אָקופּאַציע. אַדרבה, אַ דאַנק די „אָרט‟־שולן האָבן טויזנטער ייִדן זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן. אינעם יאָר 1958 האָט „אָרט‟ אָנגעהויבן זיך אַנטוויקלען אויף אַ נײַעם שטייגער, מיטן צענטער אין לאָנדאָן; אין 1991 האָט די נעץ זיך ווידער באַוויזן אויפֿן געוועזענעם סאָוועטישן שטח, וווּ זי האָט שטאַרק אויסגענומען.

מיכאַיִל ליבקין, דער דירעקטאָר פֿון פֿאָרשונג און אַנטוויקלונג בײַ „אָרט‟ אין רוסלאַנד, האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס אַז די הײַנטיקע שולנעץ האָט גאָר אַן אַנדער פּנים און שטעלט דעם טראָפּ אויף קאָמפּיוטערישע טעכנאָלאָגיעס. לכּבֿוד חנוכּה, למשל, האָבן די קינדער געשאַפֿן קאָמפּיוטעריזירטע דריידלעך מיט גלאַנציקע באַצירונגען אויף די זײַטן. אין דער מאָסקווער שול לערנען זיך מער ווי 1,300 קינדער פֿון 3 ביז 17 יאָר. כּמעט אַלע תּלמידים גייען זיך לערנען ווײַטער אין פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן.

אַ גרופּע תּלמידים שמועסט מיטן מחבר בעת אַן אינטערנעץ־קאָנפֿערענץ
ORT CIS
אַ גרופּע תּלמידים שמועסט מיטן מחבר בעת אַן אינטערנעץ־קאָנפֿערענץ

אַזוי ווי אַנדערע שולן אין דער „אָרט‟־סיסטעם, איז די גימנאַזיע אַ מלוכישער אַנשטאַלט, אָפֿן פֿאַר יעדן קינד, וואָס געווינט דעם אָנשלוס־קאָנקורס. צוליב דעם בפֿירושן אַקצענט אויף העברעיִש, ייִדישע טראַדיציעס און ייִדישער געשיכטע, ציט די שול נאַטירלעך צו אַ גרויסע צאָל ייִדישע קינדער.

ליבקין האָט מסביר געווען, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט געוויסע פֿרומע שולן, לייגט „אָרט‟ פֿאָר אַ פּראָפֿעסיאָנעלע בילדונג פֿון זייער אַ הויכער מדרגה. פֿון יונגווײַז אָן פֿאַרנעמען זיך די שילער מיט ראָבאָטן, קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירונג, עלעקטראָנישע סכעמעס — ווי אויך מיט די מאָדערנע מעדיאַ־טעכנאָלאָגיעס. אויף וויפֿל ער ווייסט, איז די נײַע המצאה צו צייכענען אַנימאַציע־פֿילמען מיט זאַמד באַזונדערס פּאָפּולער אין רוסלאַנד.

אינעם יאָר 2007 האָבן די „אָרט‟־שולן אויפֿן געוועזענעם סאָוועטישן שטח אָנגעהויבן דורכפֿירן יערלעכע אַנימאַציע־פֿאַרמעסטן. דער לעצטער קאָנקורס איז פֿאָרגעקומען אין אַפּריל; בסך־הכּל, האָט מען פֿאָרגעשטעלט 100 ווערק. די באַשעוויס־אַנימאַציע האָט געוווּנען דעם ערשטן פּריז בשותּפֿות מיט צוויי אַנדערע, פֿון קירגיזטאַן און אוקראַיִנע. לויט מײַן געשמאַק, איז אָבער „ערבֿ־חנוכּה אין וואַרשע‟ זיכער די בעסטע. אַחוץ דעם צייכענען און דערציילן די מעשׂה, האָט קאָנאָנאָוויטש צונויפֿגעשטעלט אַ חנעוודיקע מוזיק־באַגלייטונג.

ווי אַ מתּנה פֿאַר די קינדער און צוזאַמען מיט זיי, האָבן די לערער אַליין געשאַפֿן נאָך אַ זאַמד־אַנימאַציע אויפֿן סמך פֿון באַשעוויסעס אַ דערציילונג — וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן פּאָפּוגײַ, וועלכער איז פֿון דער קאַלטער ווינטערדיקער גאַס אַרײַנגעפֿלויגן דעם לעצטן טאָג חנוכּה אין אַ ברוקלינער דירה.

די לערער און קינדער האָבן באַטאָנט, אַז באַשעוויסעס חנוכּה־מעשׂיות געפֿעלן זיי זייער ווײַל עס גייט אין זיי אַ רייד וועגן ניסים, בטחון און דער גוטסקייט פֿונעם מענטשלעכן האַרץ. ייִדיש פֿאַרנעמט נישט קיין ספּעציעל אָרט אין דער גימנאַזיע־פּראָגראַם. פֿון דעסט וועגן, האָט ליבקין באַמערקט, אַז אין רוסלאַנד, וווּ ס׳רובֿ ייִדן שטאַמען פֿון ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות, רופֿט די ייִדישע שפּראַך שטענדיק אַרויס אַ געוויסן אינטערעס. אַיאַ ווײַנטרויב, איינע פֿון די באַטייליקטע אין דער באַשעוויס־אַנימאַציעס, זינגט לידער אויף ייִדיש. די שול קאָאָפּערירט מיטן מאָסקווער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟, וואָס פֿאַרעפֿנטלעכט כּסדר רוסישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע שרײַבער. און וואָס שייך אויטענטישקייט — מסתּמא, האָט עס אויך צו טאָן מיט געאָגראַפֿיע. וווינענדיק אַליין אין מיזרח־אייראָפּע, קאָנען די מאָסקווער קינדער בעסער פֿאַרשטיין די אַטמאָסטער פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין פּוילן.