נאָר אײן מאָל האָב איך געהאַט דעם זכות זיך צו באַקענען מיט דעם חשובֿן ישׂראלדיקן מחבר עמוס עוז, ע”ה, װאָס איז נפֿטר געװאָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק צו 79 יאָר. געװען איז עס אין יאָר 2004, אין פֿילאַדעלפֿיע. כ’בין געװען אַ סטיפּענדיאַנט אין ייִדישע לימודים בײַם פּענסילװייניער אוניװערסיטעט, נישט לאַנג נאָך דעם װי איך האָב געקראָגן מײַן דאָקטאָראַט אין פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור. מע האָט געזאַמלט אַ ליטערעראַרישן יובל לכּבֿוד עוזן צו פּראַװען די איבערזעצונג פֿון זײַן װיכטיקן אױטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן „סיפור על אהבה וחושך“ (אַ מעשׂה פֿון ליבע און פֿינצטערניש). נאָך אַ פֿירלײנונג פֿונעם שרײַבער האָט מען געמאַכט אַ מסיבה בײַ געדעקטע טישן, אַ קאַפּעליע, און דאָס בעסטע כּשרע עסן װאָס מע קען געפֿינען אין גאַנץ פֿילאַדעלפֿיע. אָבער צוליב אַ מחלוקת מיט אַ נאָענטער חבֿרטע, בין איך נישט געװען אין דער שטימונג צו פּראַװען קיין שׂימחות. האָב איך זיך געזעצט בײַ אַ כּמעט לײדיקן טיש. גײ װײס אַז פּונקט לעבן מיר װעט זיצן נאָר בכבודו ובעצמו! „איך מעג זיך אַװעקזעצן?“ האָט עוז מיך געפֿרעגט.
„כסא אַליהו,“ האָב איך געזאָגט און זיך געמאַכט גלײַכגילטיק.
„אליהו הנבֿיא?“ האָט ער געשמײכלט. און אַזױ האָבן מיר אָנגעהױבן צו שמועסן, אין אַ געמיש פֿון מײַן שטאַמלענדיקן העברעיִש און ער מיט זײַן שײן אַקצענטירטן ענגליש. מיר זענען אָבער נישט דערגאַנגען זײער װײַט בײַם לײזן די פּראָבלעמען פֿון דער װעלט אײדער אַ קאָלעגע מײַנער האָט געבעטן אַז איך זאָל גײן זיצן אויף אַ צװײט אָרט, כּדי אַ געלערנטער פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור זאָל האָבן די געלעגנהײט צו גריבלען אין די קלײנע אותיות מיט הער עוז. און אַזױ איז די געלעגנהײט צו שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיט אַ באַליבטער שרײַבער פֿאַרשווּנדן געװאָרן.
הגם איך קען נישט װיסן אױף זיכער פֿאַר װאָס עוז האָט באַשלאָסן צו זיצן לעבן מיר, האָב איך אַ חשד אַז אפֿשר האָט ער דערשפּירט מײַן מרה־שחורה יענעם אָװנט: מרה־שחורה איז די װיכטיקסטע שטימונג פֿון זײַנע שריפֿטן, און זעלטן האָט מען געלײענט אַ שרײַבער אין אונדזער צײַט װאָס שרײַבט מער, אָדער בעסער, איבער דער טעמע אײדער ער אַלײן.
שױן אין סאַמע אָנהײב פֿון זײַן קאַריערע האָט עוז זיך אָפּגעגעבן מיט דער גענױער באַשרײַבונג פֿון די פֿאַרשײדנאַרטיקײט פֿון ייִאוש. זײַן דריטער און אפֿשר בעסטער ראָמאַן, „מיכאל שלי“ (מײַן מיכאל, 1968), איז אַ רירנדיקער פּאָרטרעט פֿון אַ יונג פּאָרפֿאָלק, צװײ אידעאַליסטישע ישׂראלים, בײַ װעמען די באַציִונגען הײבן אָן צו גײן באַרג־אַראָפּ. בשעת דער פּלוצעמדיקער צעבליִונג פֿון פּאַטריאָטיזם אין ישׂראל גלײַך נאָך דער 6־טאָגיקער מלחמה שרײַבט עוז דווקא װעגן דעם ריס צווישן מאַן און פֿרױ, צװישן דעם עלטערן דור חלוצים און דעם נײַעם דור הי־געבױרענע ישׂראלים, צװישן אַראַבער און ייִד.
אין דער ליטעראַטור־קריטיק האָט מען ליב צו רעדן װעגן דעם באַגריף „שפּעט־סטיל,“ אַ טעזע געשאַפֿן פֿונעם דענקער טעאָדאָר אַדאָרנאָ (1969-1903), װאָס באַמערקט װי קינסטלערס אין דער לעצטער תּקופֿה פֿון זײער שאַפֿן אַנטװיקלען אַ נטיה צו צעבראָכענע סטרוקטורן, פֿראַגמענטן, קאַרגע דראַמאַטישע סצענעס, שדישע אימאַזשן: אונטער דער טעזע קען מען פֿאַרשטײן בײטאָװענס לעצטע סטרונע־קװאַרטעטן (אַדאָרנאָס הױפּט דוגמא), די לעצטע פֿיר ראָמאַנען פֿון פֿיליפּ ראָט (אויך הײַיאָר נפֿטר געװאָרן), די מאָנאָכראָמאַטישע צײכענונגען פֿונעם אַמעריקאַנער קינסטלער דזשאַספּער דשאָנס. אױב די טעזע שטימט אין גאַנצן נישט מיט עוזס קאַריערע, איז די סיבה דערפֿאַר װײַל עוז האָט אָנגעהױבן זײַן שאַפֿן אין אַ „שפּעט־סטיל“.
דער היפּוך פֿון „מיכאל שלי,“ קען מען אַזױ פֿאַרשטײן, איז זײַן רחבֿותדיקער מעמואַר, „אַ מעשׂה פֿון ליבע און פֿינצטערניש“. אין דער ענגלישער איבערזעצונג איז עס אַ באַנד פֿון העכער 500 זײַטן זכרונות פֿון זײַן קינדהײט אין ירושלים, װאָס ער האָט פֿאַרברענגט צװישן אינטעליגענטן, שרײַבערס און אַ קולטורעלער עליטע װאָס איז געקומען קײן פּאַלעסטינע פֿון מזרח־אײראָפּע. זײַן חוש פֿאַר מרה־שחורה האָט עוז „כּשר פֿאַרדינט“ װײַל די דראַמאַטישע הױכפּונקט פֿונעם ראָמאַן איז דער זעלבסטמאָרד פֿון זײַן מאַמען, אין יאָר 1953, װען עוז איז נאָך אַלץ געװען אַ צענערלינג. פּאַראַלעל צו דער דראַמע פֿון דער משפּחה־דינאַמיק אינעם בוך, אָבער, איז אַ דרײַ־דימענסיאָנעל בילד פֿון זײַן טאַטע־מאַמעס דור, װאָס האָט נישט נאָר זיך פֿיזיש איבערגעצויגן פֿון מזרח־אייראָפּע, נאָר האָט מיטגעברענגט מיט זיך די קולטור פֿון רוסישער ליטעראַטור, סאָציאַליסטישער און נאַציאָנאַליסטישער פּאָליטיק און אַ היפּש ביסל טיף אײַנגעװאָרצלטן ייִאוש מיט זיך.
נישט געקוקט אויף דעם װאָס דער מחבר אַלײן האָט געביטן זײַן נאָמען, מעשׂה חלוץ, פֿון קלאַוזנער - אַן עלטער־פֿעטער זײַנער איז געװען דער חשובֿער ליטעראַטור־היסטאָריקער יוסף קלאַוזנער - האָט עוז אַלײן שטענדיק געהאַלטן פֿון זײַן מזרח־עראָפּעיִשער קולטור־ירושה, שױן לאַנג אײדער ער האָט עס באַשריבן אין אַ צערטלעכער פּינקטלעכקײט אין זײַן „מעשׂה פֿון ליבע און פֿינצטערניש.“ שױן אין 1966, צוויי יאָר איידער מע האָט פּובליקירט „מיכאל שלי“, האָט מען איבערגעזעצט עוזס פֿריִערדיקע דערצײלונגען אױף ייִדיש אין „די גאָלדענע קײט“ און דאָרט האָט מען אָפּגעדרוקט אַן אינטערװיו מיטן (דעמאָלט) יונגן שרײַבער װוּ ער אָנערקענט די װיכטיקײט פֿון ייִדיש ווי ישׂראלס אַ ירושה־שפּראַך.
אין משך פֿון זײַן לאַנג, שאַפֿעריש, און בכּבֿודיק לעבן איז עוז געװען באַרימט הן װי אַ פּאָליטישער אַקטיװיסט, הן װי אַ דענקער און שרײַבער. דעם אמת געזאָגט, אָבער, איז קײן מאָל נישט געװען קײן אונטערשײד צװישן די צװײ: עוזס שרײַבן איז דורכױס פּאָליטיש, װי די אַלע בעסטע און גרעסטע ליטעראַטור קען נאָר זײַן. צום פּאָליטישסטן איז זײַן אופֿטו אונדז צו דערמאַנען אַז ישׂראל איז קײן מאָל נישט געװען קיין מאָנאָלינגװיסטישע אָדער מאָנאָקולטורעלע געזעלשאַפֿט, נײַערט אַ מדינה פֿון אַראַבער און ייִדן, אימיגראַנטן און הי־געבױריענע, פֿרום און פֿרײַ. פֿאַרבונדן מיט דעם יסוד פֿון זײַן שרײַבן איז די אָנערקענונג אַז אין אַ פּאָליטישער קולטור געבױט אױף דעם טריומף פֿון אַ מאָנאָלינגװיסטישער און מאָנאָטאָנאַלישער אידעאָלאָגיע, איז די מרה־שחרוה אַן אײגענער װידערשטאַנד פֿאַר די אַלע קולות װאָס געפֿינען נישט זײער אױסדרוק אין דער אָפֿיציעלער זשאַרגאָן. כּבֿוד זײַן אָנדענק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.