היסטאָרישע תּקופֿות זענען אָפֿט פֿאַרבונדן אינעם פֿאָלקס־זכּרון מיט דער פּאָפּולערער מוזיק, וואָס מע האָט דעמאָלט געהערט. „רעגטײַם‟ איז געווען די פּאָפּולערסטע מוזיק אין אַמעריקע פֿון די מיטל־1890ער יאָרן ביז אַן ערך דעם אויסבראָך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה.
די „רעגטײַם־תּקופֿה‟ אין די גרויסע שטעט איז געווען אַ צײַט ווען אַמעריקע איז געוואָרן מער פֿאַרשידנאַרטיק אויף אַ בולטן אופֿן. קודם איז די „רעגטײַם‟־מוזיק אַליין געווען דער ערשטער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער זשאַנער צו דאָמינירן די אַמעריקאַנער פּאָפּולערע קולטור און צו פֿאַרוואַנדלען די וואָס האָבן זי געשפּילט אין גרויסע שטערן און באַרימטע פּערזענלעכקייטן (אַזוי ווי שפּעטער מיט דזשעז, בלוז, און היפּהאָפּ). דערצו איז די עפּאָכע אויך געווען אַ הויכפּונקט פֿון דער מאַסן־אימיגראַציע, ווען מיליאָנען אימיגראַנטן — איבערהויפּט ייִדן און איטאַליענער — זענען אָנגעקומען אין אַמעריקע און זיך באַזעצט, מערסטנס, אין גרויסע שטעט ווי ניו־יאָרק, פֿילאַדעלפֿיע און שיקאַגע.
דער אופֿן ווי אַזוי די „רעגטײַם‟־תּקופֿה ווערט אָפּגעשפּיגלט אויף די שפּאַלטן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ איז איצט דער פֿאָקוס פֿון אַ נײַער אויסשטעלונג פֿון דער קינסטלערין דזשעניפֿער גערש. גערש שאַפֿט קובישע קאָלאַזשן, וואָס בינדן צונויף אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן און סימבאָלן (אָפֿט פֿאַרבונדן מיט אַ ייִדישער טעמעאַטיק) מיט מער אַוואַנגאַרדישע פֿאָרמען. אין איר אויסשטעלונג „רעגטײַם אויף ריווינגטאָן־גאַס‟ שטעלט זי צונויף אַלטע רעקלאַמעס פֿון אָריגינעלע נומערן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ פֿון 1913 מיט אַנדערע בילדער און סימבאָלן, וואָס רופֿן אַרויס די תּקופֿה. איבערהויפּט זעט מען רעקלאַמעס פֿאַר דעמאָלטיקע פּאָפּולערע זאַכן, ווי „וויטראָלע‟־פּלאַטע־שפּילערס און קוואַלפֿעדערס.
די אויסשטעלונג וועט פֿאָרקומען אינעם „סואַרד־פּאַרק‟־צווײַג פֿון דער ניו־יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, וואָס געפֿינט זיך גלײַך פֿאַרן בנין, וואָס איז געווען דער הויפּטקוואַרטיר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ פֿון 1912־1972.
דער קבלת־פּנים פֿאַר דער אויסשטעלונג וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 10טן יאַנואַר, פֿון זעקס אַ זייגער אין אָוונט ביז 7:30 אין אָוונט. מע קען זיך פֿאַרשרײַבן דאָ. די אויסשטעלונג וועט מען קענען זען ביזן 31סטן יאַנואַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.