נאָך די משונהדיקע עונשים (די מכּות, הייסט עס) האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו צו וואָרענען פּרעה, אַז טאָמער לאָזט ער נישט אַרויס די בני־ישׂראל, וועלן די מיצרים ווידער באַשטראָפֿט ווערן. ווען עס זענען געשטאָרבן אַלע מיצרישע בכורים, האָט דער פֿאַרעקשנטער קיניג, סוף־כּל־סוף, אַרויסגעטריבן די ייִדן פֿון זײַן לאַנד.
בײַ דער זעקסטער עליה ווערט דערמאָנט דער ערבֿ־רבֿ — אַ פֿרעמדער עולם, וועלכער איז מיטגעגאַנגען מיטן ייִדישן פֿאָלק אינעם מידבר און שפּעטער פֿאַרשאַפֿן אַ סך צרות, אַרײַנגערעכנט דאָס בוקן זיך צום גאָלדענעם קאַלב. די שלעכטע אויפֿפֿירונג פֿונעם ערבֿ־רבֿ האָט ווייניק צו טאָן מיט זייער פֿרעמדן אָפּשטאַם: אינעם זעלבן פּרשה־פֿראַגמענט שטייט דאָך געשריבן, אַז אײַנגעבוירענע ייִדן און גרים זענען גלײַך. אַדרבה, צו דער דאָזיקער גײַסטיקער קאַטעגאָריע קאָן געהערן אַ מיוחסדיקער ייִד און אַפֿילו אַ רבֿ, אויב זײַן נשמה איז, נעבעך, פֿאַרפֿינצטערט און אָפּגעפֿרעמדט געוואָרן.
וואָס מיינט אָבער „אָפּגעפֿרעמדט‟? די גרעסטע צדיקים האָבן צומאָל אויסגענוצט פֿאַרשיידענע מיטלען און אידעען פֿון דער דרויסנדיקער וועלט, דווקא כּדי צו פֿאַרשטאַרקן ייִדישקייט. וווּ ליגט די גרענעץ צווישן פֿרעמדקייט און אַ געזונטן קולטור־סינטעז?
דעם הײַנטיקן פֿרײַטיק, ה׳ בשבֿט, קומט דער יאָרצײַט פֿון משה מענדעלסאָן — אַ פּראָמינטענטער ייִדישער דענקער, וועלכער האָט באַקומען, מילד צו זאָגן, נישט די בעסטע רעפּוטאַציע אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט. „ערבֿ־רבֿ‟ איז איינער פֿון די נעגאַטיווע — און אומיושרדיקע — באַגריפֿן, מיט וועלכע ער ווערט באַצייכנט. מענדעלסאָן איז געווען אַ טראַדיציאָנעלער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר און האָט געמיינט, לויט אַלע סימנים, לשם־שמים. די שלעכטע רעפּוטאַציע האָט ער באַקומען ערשט שפּעטער, נאָך זײַן פּטירה, צוליב די אַסימילירטע און אַנטי־פֿרומע נאָכפֿאָלגער.
משה מענדעלסאָן איז געבוירן געוואָרן אין דעסוי, דײַטשלאַנד, אינעם יאָר 1729. זײַן טאַטע איז געווען אַ סופֿר און די מאַמע האָט געשטאַמט פֿון אַ באַקאַנטער רבנישער משפּחה. אַנשטאָט צו ווערן בלויז אַ רבֿ, האָט דער יונגער משה זיך אויך פֿאַראינטערעסירט מיט פֿילאָסאָפֿיע, וועלטלעכער ליטעראַטור, מאַטעמאַטיק און אַנדערע חכמות, בלײַבנדיק דערבײַ אָבער זייער אַ ייִדישלעכער דענקער. הגם זײַן דרך האָט זיך אונטערגעשיידט פֿון אַ טיפּישן מיזרח־אייראָפּעיִשן גמרא־ייִד, זענען אין דער מיטל־עלטערלעכער שפּאַניע, איטאַליע, ווי אויך אין דײַטשלאַנד געווען נישט ווייניק תּלמידי־חכמים, וועלכע האָבן אויסגעדריקט ענלעכע געדאַנקען.
שרײַבן האָט אָבער געשריבן דער רמ״ד — רבי משה דעסוי — דווקא אויף דײַטש. דאָס איז נישט קיין גרויסער חידוש; מיט אַ פּאָר דורות שפּעטער האָבן אַ סך דײַטשישע רבנים אויך גענומען שרײַבן אויף דער שפֿת־המדינה. אַזעלכע וועלט־באַרימטע גדולי־ישׂראל, ווי רבי עקיבֿא אייגער און דער חתם־סופֿר, האָבן ציטירט זײַנע חידושים און זיך צו אים באַצויגן בכּבֿוד. אין זײַנע פֿילבענדיקע ווערק פֿאַרטיידיקט מענדעלסאָן כּסדר די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט, פּרוּווט עס צו שילדערן מער שׂכלדיק און צוציִעוודיק סײַ פֿאַרן מאָדערנעם מערבֿדיקן ייִד, סײַ פֿאַר דער נישט־ייִדישער וועלט. צום בעסטן איז באַקאַנט זײַן דײַטשישע תּורה־איבערזעצונג מיט אַ פּירוש.
די סיטואַציע האָט זיך געביטן, ווען אַלץ מער און מער משׂכּילים, וואָס האָבן באַטראַכט מענדעלסאָנען ווי אַ העלד פֿון זייער שיטה, זענען געוואָרן בפֿירושע שׂונאים פֿונעם אַלטן ייִדישן וועג. דערצו, האָבן זיך מענדעלסאָנס קינדער דערווײַטערט פֿון ייִדישקייט, און זײַנע אייניקלעך האָבן זיך על־פּי רובֿ אָפּגעשמדט. אין דער וועלט ווערט זײַן פֿאַמיליע־נאָמען אָפֿט אַסאָציִיִרט מיטן קאָמפּאָזיטאָר פֿעליקס מענדעלסאָן; אַ סך מענטשן ווייסן נישט אַפֿילו, אַז דער דאָזיקער לוטעראַנער קריסט איז געווען אַ קינדס־קינד פֿונעם גרויסן ייִדישן דענקער. טאַקע טרויעריק, אָבער אינעם 18טן יאָרהונדערט איז עס נישט געווען אַ זעלטן געשעעניש אין דײַטשלאַנד. קיין ממשותדיקע ראַיות, אַז דער זיידע איז געווען שולדיק דערין, זענען נישטאָ.
מע קאָן זאָגן, אַז משה מענדעלסאָן איז געווען אַ פֿריִיִקער פֿאָרלויפֿער פֿון דער הײַנטיקער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע — אפֿשר, אַ צו פֿריִיִקער. צום באַדויערן, האָבן נישט אַלע מיטצײַטלער, אַרײַנגערעכנט זײַנע אייגענע בני־בית, ריכטיק פֿאַרשטאַנען זײַן צוגאַנג. מענדעלסאָן האָט, למשל, באַטאָנט אַז הגם אַלע ייִדן דאַרפֿן לעבן על־פּי הלכה, טאָרן רבנים זיי נישט צווינגען דאָס צו טאָן. אין דער הײַנטיקער מערבֿדיקער וועלט איז עס אַן אָנגענומענער לעבנס־פֿאַקט, נאָר אין יענער תּקופֿה האָט עס געקלונגען בײַ געוויסע מענטשן ווי אַ רוף אָפּצוּוואַרפֿן די ייִדישע מסורה אין גאַנצן. פֿאָרט, בלײַבט רבי משה דעסוי איינער פֿון די אינטערעסאַנטסטע — ווי אויך קאָנטראָווערסאַלסטע — פּערזענלעכקייטן אין דער געשיכטע פֿון טראַדיציאָנעלער תּורה־ייִדישקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.