זעלטן טרעפֿט אַז מע אַנטדעקט אין אַ בוידעם אַ כּתבֿ־יד, אייגנטלעך אַ פֿאַרטיק בוך, פֿון אַ גרויסן ייִדישן שרײַבער. אמת, אין דער ייִדיש־װעלט, וווּ אויך אַרויסגעגעבענע ביכער געפֿינען זיך אַ סך מאָל אין גניזה, טרעפֿט עס זיך אָפֿט. פֿון דעסט וועגן האָט מײַן האַרץ גענומען שטאַרק קלאַפּן ווען איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז אָט די געלבלעכע זײַטלעך וואָס איך האַלט אין האַנט זײַנען ממש אַן אוצר: אַ כּתבֿ־יד פֿונעם בוך זכרונות, „טאָגבוך אויף צוריק‟, פֿונעם פּאָעט בינעם העלער (1998-1908).
דאָס איז געשען נישט לאַנג צוריק, ווען איך האָב גענישטערט אין העלערס אַרכיוו – ד”ה די צוויי קאָקאַ־קאָלאַ קעסטלעך וואָס זײַנען צוואַנציק יאָר געלעגן אינעם בוידעם פֿון העלערס איידעם. דעם טיטל, „טאָגבוך אויף צוריק‟, איז מיר באַקאַנט געווען: די ערשטע קאַפּיטלעך פֿון טאָגבוך זײַנען דערשינען געוואָרן אין „די גאָלדענע קייט‟ אין יאָר 1987. אָבער פֿון דעמאָלט אָן זײַנען די ווײַטערדיקע זײַטלעך פֿון בוך – סך־הכּל 196 – געבליבן שטום און אין דער פֿינצטער. איך האָב נישט קיין ספֿק אַז העלער האָט דעם כּתבֿ־יד געוואָלט אַרויסגעבן: ער האָט עס איבערגעשריבן צוויי מאָל, און עטלעכע פּרקים האָט ער אויך איבערגעקלאַפּט אין שרײַבמאַשין. צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, וואָס מיר קענען הײַנט בלויז משער זײַן, איז זײַן באַגער נישט מקוים געוואָרן.
דאָס „טאָגבוך אויף צוריק‟ איז אַ יוצא־דופֿן אין העלערס ווערק. דער עיקר האָט העלער געשריבן לידער. אפֿשר האָט ער געדאַרפֿט וואַרטן ביז זײַן ווערן אַ בן־שבֿעים כּדי אָנצושרײַבן אַזאַ מין רײַפֿע פּראָזע: אַ שפּאַנענדיקע געשיכטע, באַגלייט מיט קלוגע און סענסיטיווע אַנאַליזן. כאָטש עס רופֿט זיך אָן אַ „טאָגבוך‟, און די פֿאַרשיידענע קאַפּיטלעך האָבן טאַקע אַ דאַטע – צווישן אויגוסט און דעצעמבער 1984 – איז עס אין דער אמתן אַן אויטאָביאָגראַפֿיע, וואָס ציט זיך פֿון די קינדעריאָרן אין וואַרשע ביז צו די עלטערע יאָרן אין תּל־אָבֿיבֿ. אין ס’רובֿ פֿונעם בוך באַשרײַבט העלער זײַנע גילגולים אין ראַטן־פֿאַרבאַנד צווישן 1939 און 1948; זײַנע איבערלעבונגען אין װײַסרוסלאַנד, קאַזאַכסטאַן און מאָסקווע; זײַנע באַגעגענישן מיט ייִדישע שרײַבערס; די מיטליידן מיט דער פֿרוי, גאָלדע (דאָס בוך הייבט זיך אָן און ענדיקט זיך מיט איר טויט). אָבער דערצו באַשרײַבט העלער אויך זײַן עבֿר אין פּוילן און דערציילט מעניני־דיומא פֿון די 1980ער יאָרן אין ישׂראל: די קריג אין לבֿנון, למשל, און װעגן זײַנע חבֿרים און משפּחה. אַזוי אַנטפּלעקט העלער סודות וועגן ייִדישע שרײַבערס ווי סוצקעווער און וועגן זײַן אײגענער משפּחה, ווי די באַרימטע „שוועסטער חיה‟ – אַ ליד וואָס איז דערשינען נישט לאַנג פֿאַר זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע, און נישט צופֿעליק; איך מיין אַז דאָס איז געווען דער הויכפּונקט אין העלערס שאַפֿונג: די יאָרן פֿון רעטראָספּעקציע און חשבון־הנפֿש.
דאָס „טאָגבוך אויף צוריק‟ איז נאָך אַלץ אַ כּתבֿ־יד. איצט זעץ איך עס איבער אויף עבֿרית. אָט ברענג איך אײַך עטלעכע זײַטן פֿון העלערס כּתבֿ־יד, װאָס איך האָב אַלײן איבערגעקלאַפּט, כּדי איר זאָלט אַלײן זען װאָס פֿאַר אַן אוצר דאָס איז. די איבעריקע זײַטן וואַרטן נאָך פֿאַרעפֿנטלעכט צו ווערן. אויב עס געפֿינט זיך צװישן אײַך אײנער װאָס איז בכּוח צו העלפֿן מיט דעם פּראָיעקט – מיט איבערקלאַפּן נאָך קאַפּילטעך, מיט אַ גוטן אײַנפֿאַל און אפֿשר אַפֿילו מיט פֿינאַנציעלער שטיצע, בכדי דער וויכטיקער כּתבֿ־יד זאָל זען די ליכטיקע שײַן, זאָל ער אָדער זי זײַן אַזוי גוט און מיר שרײַבן אויף דעם אַדרעס: binemproject@gmail.com. ווי עס שטייט געשריבן אין מסכת מגילה: „כל האומר דבר בשם אומרו – כאילו מביא גאולה לעולם‟ – יעדער וואָס זאָגט אַ זאַך אין נאָמען פֿון דעם וואָס האָט עס געזאָגט איז געגליכן צו דעם וואָס האָט געבראַכט אַ לייזונג אויף דער וועלט.
אַ קאַפּיטל פֿון „טאָגבוך אויף צוריק‟
בינעם העלער
דעם 10טן סעפּטעמבער 1984
אין דער לעצטער צײַט איז מיר אויסגעקומען צו לייענען דאָקומענטן פֿון די 30ער יאָרן – בריוו פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבערס, צווישן זיי – יוסף אָפּאַטאָשו, וואָס האָבן זיך געבעטן בײַ זייערע חבֿרים אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אַז מע זאָל זיי דערמעגלעכן אַריבערצופֿאָרן אין סאָוויעטן־לאַנד, כּדי זיי זאָלן דאָרט קענען לעבן בכּבֿודיק פֿון זייער ליטעראַרישער אַרבעט.
דער ייִדישער שרײַבער אין דער גאָרער וועלט, אפֿילו אין רײַכן אַמעריקע, האָט געלעבט אין שווערע מאַטעריעלע באַדינגונגען, אָפֿט מאָל – פּשוט אין נויט. צווישן זיי זײַנען געווען ה’ לייוויק, משה־לייב האַלפּערן, מאַני לייב, ש’ ניגער און אַ סך אַנדערע פֿון דער מזרח־וואַנט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אַן אויסנאַם זענען געווען די יעניקע, וועמען ס’האָט געטראָפֿן דאָס גליק צו באַקומען אַ „דזשאָב‟ אין איינער פֿון די ייִדישע צײַטונגען.
וועגן די ייִדישע שרײַבערס און פּאָעטן אין פּוילן איז שוין אָפּגערעדט. נויט און אַרבעטלאָזיקייט איז געווען זייער גורל. די דיכטערס ישׂראל שטערן, יוסף קירמאַן, הערשעלע און חיים סעמיאַטיצקי האָבן געהונגערט. גאַנצע טעג פֿלעגן זיי פֿאַרברענגען אין ליטעראַטן־פֿאַראיין אויף טלאָמאַצקע 13 און אויסגעקוקט אַז עמעצער זאָל זיי פֿונדעווען אַ גלאָז טיי אָדער מכבד זײַן מיט אַ פּאַפּיראָס. וואָס זשע איז דער חידוש, אַז פֿון אַלע ליטעראַרישע צענטערס האָט מען געקוקט מיט קינאה און באוווּנדער אויף די ייִדישע שרײַבערס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס לעבן כּמעט אַלע פֿון ליטעראַטור און קריגן באַצאָלט „פֿון דער שורה‟? בלויז נאַיִווע מענטשן האָבן געגלויבט אַז אין די צוואַנציקער יאָרן האָבן בערגלסאָן, מאַרקיש, האָפֿשטיין, קוויטקאָ און קולבאַק זיך אומגעקערט „פֿון דער עמיגראַציע‟ צוריק אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אויסשליסלעך צוליב אידעאָלאָגישע טעמים. אמת, בײַ געוויסע פֿון זיי האָט אויך די ראַדיקאַליזאַציע צווישן דער שאַפֿערישער אינטעליגענץ אין מערבֿ געשפּילט אַ באַשטימטע ראָל, אָבער דעצידירט האָט דער ווילן פּטור צו ווערן פֿון דעם אַרומוואַלגערן זיך אָן אַ סטאַבילן מקום־מנוחה, און אַ זיכערן מקור פֿון חיונה און זײַן אָפּהענגיק פֿון טובֿה־טוערס, פֿון אַזעלכע רעדאַקטאָרן ווי אַבּ קאַהאַן און ש”י יאַצקאַן.
אַפֿילו מיר, די ייִנגסטע צווישן די פּאָעטן, האָבן געחלומט וועגן אַ מעגלעכקייט צו דערשלאָגן זיך צו דער סאָוויעטישער מדינה, צום צוגעזאָגטן לאַנד. אין יאָר 1936 האָבן מיר, איך און משה שולשטיין, אָנגעשריבן אַ בריוו צו איציק פֿעפֿערן. מיר האָבן אים דערציילט וועגן אונדזער ביטערער מערכה, וועגן אונדזער כּסדרדיקער אַרבעטסלאָזיקייט, אַז מיר האָבן נישט קיין עלעמענטאַרע באַדינגונגען פֿאַר לערנען און ליטעראַרישער אַרבעט. דעם בריוו האָבן מיר פֿאַרענדיקט מיט דער הייסער בקשה, אַז ער, איציק פֿעפֿער, זאָל טאָן אַלץ וואָס ער קען, כּדי אונדז אַריבערצונעמען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ מיר וועלן זײַן אין שטאַנד צו לעבן און שאַפֿן פֿרײַ און בכּבֿודיק. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויף דעם בריוו האָבן מיר קיין ענטפֿער נישט באַקומען.
אין צען יאָר אַרום, אין 1946, אין מאָסקווע, איז מיר אויסגעקומען צו דערמאָנען זיך אין יענעם בריוו. איין מאָל, ווען כ’בין געזעסן מיט חבֿרים אויף דער באַרימטער סאָפֿקע אין קאָרידאָר פֿון אַנטיפֿאַשיסטן קאָמיטעט, בײַם אַרײַנגאַנג אין קאַבינעט פֿון די צענטראַלע פֿירערס פֿון דער ייִדישער אַרבעט, איז פֿון דאָרט אַרויסגעקומען איציק פֿעפֿער און מיך אַרײַנגעבעטן אין חדר־המיוחד. דאָרט האָב איך געטראָפֿן, אַחוץ פֿעפֿערן – אויך שלמה מיכאָעלסן, מאַצי דאָברושין, דוד בערגעלסאָן, און דוכט זיך אויך לייב קוויטקאָן. פֿעפֿער איז תּיכּף צוגעטראָטן צום ענין: ס’איז אָנגעקומען אַן אַלאַרמירנדיקער בריוו פֿון איציק מאַנגערן, פֿון לאָנדאָן, וווּ ער געפֿינט זיך אין די לעצטע מלחמה־יאָרן. ער שרײַבט, אַז ער איז דאָרט אויף גרויסע צרות, אַז כּלל־טוערס אין לאָנדאָן זענען פּאַסקודניאַקעס, אַז ער האָט נישט אויף קיין פּאַפּיראָסן און אַז ער גייט אויס פֿון די כּוחות. על־כּן בעט ער אַז מע זאָל אים דערלויבן צו קומען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. ער איז זיכער אַז דאָרט וועט מען אים אַנדערש באַהאַנדלען.
בײַם לייענען מאַנגערס בריוו האָט פֿעפֿער געמאַכט עטלעכע קורצע הפֿסקות. איך האָב בעת־מעשה געהאַט דעם אײַנדרוק אַז זײַנע דיקע ברילנגלעזער ווערן אַ ביסל מער פֿאַרהויכט. איך האָב זיך משער געווען אַז ער לאָזט אַדורך געוויסע ווערטער אָדער שורות פֿונעם בריוו; ער „רעדאַקטירט‟ אים.
נאָכן ענדיקן לייענען דעם בריוו, האָט ער מיר געפֿרעגט מײַן מיינונג: צי וואָלט געווען געוווּנטשן – „פֿאַר אים און פֿאַרן לאַנד‟ – אַז ער, איציק מאַנגער, זאָל קומען זיך באַזעצן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד?
איך האָב אַ ווײַלע געשוויגן. וואָס קען איך זאָגן? ווי קען איך דעצידירן אין דער גורלדיקער פֿראַגע פֿאַרן לעבן פֿון אַ גרויסן ייִדישן פּאָעט? איך האָב שוין געוווּסט וואָס אין די דרײַסיקער יאָרן איז געשען מיט קולבאַקן און מיט כאַריקן, און ערשט מיט עטלעכע יאָרן צוריק – מיט אַקסעלראָדן. כ’האָב זיך דערמאָנט מאַנגערן פֿון פֿאַר דער מלחמה, אויף טלאָמאַצקע 13, זײַן ברויזנדיקע נאַטור, זײַן טבֿע אַרײַנצוזאָגן די רעדאַקטאָרן און קולטור־טוערס, זײַן נישט איבערקלײַבן אין ווערטער ווען ער ווערט בייז און נעמט זאָגן זײַנע אמתן. ניין, דאָס איז נישט קיין אָרט פֿאַר אים, דאָס איז נישט קיין מקום־מקלט פֿאַר אים.
[…] אין יאָרן אַרום, אין רמת אָבֿיבֿ, אין דעם קליינעם דירהלע וואָס איציק מאַנגער האָט באַקומען פֿון מדינת־ישׂראל, דערצייל איך די געשיכטע מיט זײַן ווענדונג צום אַנטיפֿאַשיסטן קאָמיטעט אין מאָסקווע. איך זע אַז מאַנגערן איז שוין שווער צו דערמאָנען זיך וועגן דעם בריוו וואָס ער האָט געשיקט. צום סוף טוט ער אַ זאָג: „כ’האָב גאָרנישט געוווּסט אַז איר האָט מיר געראַטעוועט דאָס לעבן. וואָס וואָלט פֿון מיר שוין געווען ווען זיי נעמען מיך אַהין?‟ – „מסתּמא דאָס זעלבע וואָס פֿון איציק פֿעפֿערן,‟ האָב איך געענטפֿערט. „איר דאַרפט אָבער נישט איבערטרײַבן. די סאָוויעטן לאָזן נישט אַזוי לײַכט אַרײַן, פּונקט ווי זיי לאָזן נישט לײַכט אַרויס. מע וואָלט אײַך מסתּמא סײַ ווי ניט געטאָן די ‘טובֿה’ אַפֿילו ווען איך רעקאָמענדיר אײַך.‟
איך האָב געהאַט דעם אײַנדרוק אַז מאַנגער איז נישט תּופס געווען ביזן סוף די קאָמפּליצירטקייט פֿון אַ פּשוטן ענין – ווען ער ווערט באַהאַנדלט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.
איך גיב אָפּ אַזוי פֿיל אָרט פֿאַר אַן ענין וועגן וועלכן מע שרײַבט געוויינטלעך ווייניק אין טאָגביכער, כּדי צו העלפֿן דעם לייענער אַרײַנדרינגען אין יענעם לאַנד וואָס רופֿט זיך „ראַטן־פֿאַרבאַנד‟. די אינטעליגענץ פֿון כּמעט אַלע לענדער אין דער נישט־קאָמוניסטישער וועלט איז אַ לאַנגע צײַט בלינד נאָכגעגאַנגען דעם קאָמוניזם – באַצויבערטע פֿון יענעם „פֿרײַהייטגלאָק וואָס האָט זיך צעקלונגען אין מאָסקווע‟ – לויטן אויסדרוק פֿון ראָמאַן ראָלאַן אין די צוואַנציקער יאָרן. אַוודאי און אַוודאי האָבן די ייִדישע אַרבעטער און אינטעליגענטן געזען אַן אויסלייז פֿון אַלע זייערע צרות אינעם קאָמוניזם, אין דער וועלט־רעוואָלוציע וואָס האָט געדאַרפֿט ברענגען די גאולה נישט בלויז פֿון דער סאָציאַלער אונטערדריקונג, נאָר אויך פֿאַר יענע וואָס ווערן גערודפֿט צוליב ראַסע, גלויבן און נאַציאָנאַלער אָנגעהעריקייט. […]
איך בין געווען פֿון יענע, וואָס זײַנען געבליבן פֿעלדזנפֿעסט אין זייער טרײַהייט צום הערשנדיקן קאָמוניזם. ביז איצט קען איך נישט פֿאַרשטיין ווי אַזוי דאָס איז געשען. אין פֿאַרשיידענע שווערע פּעריאָדן פֿון מײַן לעבן האָב איך דאָך באַוויזן גענוג עקשנות און מוט איבערצורײַסן מיט מײַן פֿריִערדיער סבֿיבֿה, אַפֿילו ווען דאָס האָט געדראָט מיט רויִנירן מיך. אין אונדזער שטוב בין איך געווען דער וואָס איז נישט געגאַנען אויף קיין שום פּשרות מיט די עלטערן, און צוליב דעם האָב איך זיי פֿאַרשאַפֿט אַ סך ווייטיק. אַפֿילו בײַ מײַן טאַטנס פֿרישן קבֿר, בײַם בײַזײַן פֿון דער צעבראָכענער מאַמען, פֿון די ברידער, שוועסטער און די חסידים – די פֿרײַנד פֿון מײַן טאַטן – האָב איך אָפּגעזאָגט צו זאָגן קדיש, ווײַל דאָס איז געווען קעגן מײַנע פּרינציפּן.
איך געדענק נאָך דאָס פּנים פֿון מײַן מאַמען, דעם ווייטיק אַרום איר מויל. איך האָב איר פֿאַרשאַפֿט די גרעסטע חרפּה אין איר לעבן. די פֿרומע לײַט, די פֿרײַנד פֿון מײַן טאַטן, האָבן נישט פֿאַרשטאַנען וואָס דאָ קומט פֿאָר. אפֿשר האָבן זיי געמײַנט אַז איך וויל נישט זאָגן קיין קדיש ווײַל כ’בין בײז אויפֿן טאַטן, ווײַל ער האָט מיר אַמאָל געטאָן אַן עוולה.
ווי נאָר דער עולם אויפֿן פּראַגער בית־עולם איז זיך פֿונאַנדערגעגאַנגען, בין איך אַוועק, פּשוט אַנטלאָפֿן, איינער אַליין. איך בין אַרויף אויפֿן טראַמוויי נומער 23 וואָס איז געגאַנגען פֿון ברודנע קיין וואַרשע. איך בין אַרויף אין דעם צימערל אויף קופּייעצקע־גאַס, וווּ איך האָב געוווינט מיט גאָלדען. זי איז נישט געווען אין שטוב. אויף דער לוויה איז זי נישט געגאַנגען; זי איז נישט געווען „גוט־געזען‟ בײַ דער משפּחה; אַלע האָבן געוווּסט אַז מיר האָבן קיין חופּה נישט געשטעלט.
איך בין אַוועקגעפֿאַלן אויפֿן אײַזערנעם בעטל און פֿאַרגאַנגען זיך אין אַ געוויין וואָס האָט נישט אָנגעהאַלטן ווען גאָלדע איז געקומען. ערשט איצט האָב איך געוויינט אויפֿן טויט פֿון מײַן טאַטן – דער מענטש וואָס איך האָב אַזוי געאַכט און ליב געהאַט. און טיף אין מיר האָט אָנגעהויבן אויפֿקומען דער ווייטיק און פֿאַרדרוס, אַז צוליב מײַן נייעם גלויבן און זײַנע דאָגמעס האָב איך עפֿנטלעך געשענדט דאָס הייליקסטע בײַ אים.
פֿופֿציק יאָר איז שוין אַוועק, און ער הערט נישט אויף צו קומען אין מײַן חלום – אין וואַרשע, אין פּאַריז, אין אַלמאַ־אַטאַ, אין מאָסקווע. קיין איין מאָל זע איך נישט אַז ער זאָל זײַן בייז אויף מיר. און אין לעבן איז ער געווען זייער אַ פֿרומער ייִד, אַ וואָרקער חסיד, אַן ערלעכער מענטש, וואָס האָט יעדן געזאָגט דעם אמת, ווי ביטער ער זאָל נישט זײַן. דערפֿאַר אפֿשר האָט מען אים גערופֿן „דער בייזער נח‟. ער איז געווען ערלעך, אויפֿריכטיק, פֿײַנט געהאַט חניפֿה און צבֿיעות, און אין תּוך האָט ער ליב געהאַט מענטשן.
נאָך מײַן אומקערן זיך קיין פּוילן אין נײַ־יאָר פֿון 1948 האָב איך מײַן ערשטן באַזוך געמאַכט אויפֿן פּראַגער בית־עולם, אויפֿן אָרט וווּ עס האָט געדאַרפֿט זײַן מײַן טאַטנס מצבֿה – לעבן דעם אוהל פֿון שמואל זביטעקווער. אָבער קיין איין גאַנצע מצבֿה האָב איך אויף דעם בית־עולם נישט געפֿונען, נאָר שפּליטערס פֿון ייִדישן אַלף־בית, און צווישן זיי די בײנער און שאַרבנס פֿון די געשענדטע קבֿרים. […]
איצט גיי איך זאָגן קדיש נאָך מײַן טאַטן, עליו השלום, אין זײַן יעדער יאָרצייט, אין דער גרויסער שול פֿון תּל־אָבֿיבֿ. כאָטש איך פֿיל נישט קיין טעם אין קאַזיאָנע ווערטער, טרייסטן מיך די „אמנס‟ וואָס איך הער פֿון די פֿרעמדע מתפּללים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.