אַרכיוו פֿון אַלע מעקסיקאַנער ייִדישע גרופּעס איצט אונטער אײן דאַך

Archive of All Mexican Jewish Communities Now Under One Roof

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 18, 2019.
דער נײַער אַרכיוו.
LGM Studio Luis Gallardo
דער נײַער אַרכיוו.

װי ס’איז גוט באַקאַנט שטאַמען ס’רובֿ ייִדישע אײַנװוינער אין דער שטאָט מעקסיקע פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, וואָס האָבן זיך דאָרטן באַזעצט אינעם 20סטן יאָרהונדערט.

דער ייִשובֿ איז אָבער אַ סך מער פֿאַרשידנאַרטיק ווי אַנדערע ייִדישע קהילות אין די אַמעריקעס ווי, למשל, אין קאַנאַדע, די פֿאַראײניקטע שטאַטן און אַרגענטינע. די מעקסיקאַנער ייִדישע אינסטיטוציעס זענען כּמעט אין גאַנצן צעטײלט לויטן אָפּשטאַם, מיט אייגענע קהילה־אָרגאַניזאַציעס, שילן, שולן, בית־עלמינס, רבנישע פֿאַרװאַלטונגען און משגיחים. דאָ גייט אַ רייד ניט בלויז וועגן אַשכּנזים און ספֿרדים, נאָר אויך װעגן צװײ גרופּעס סירישע ייִדן: די וואָס זענען געקומען פֿון חלב (אַלעפּאָ) אַנטקעגן די וואָס זענען געקומען פֿון דמשׂק. די קהילה איז אַזוי צעצווײַגט, אַז עס טרעפֿט אָפֿט, אַז אַן אַשכּניזישער ייִד קען בכלל ניט קיין ייִדן פֿון אַ צװײטן עטנישן הינטערגרונט.

איין אופֿן ווי אַזוי די פֿאַרשידענע ייִדישע קהילות אין מעקסיקע זענען הײַנט יאָ פֿאַראייניקט איז דורך זייער אַרכיוו. אַזוי ווי די שולן, שילן און בית־עלמינס, האָט מען לכתּחילה געהאַט באַזונדערע אַרכיוון פֿאַר יעדער עטנישער גרופּע. אין 1985 איז אָבער פֿאָרגעקומען אַ ריזיק ערד־ציטערניש, וואָס האָט חרובֿ געמאַכט די קוואַרטאַלן, וווּ עס האָבן געוווינט ס׳רובֿ פֿון די מעקסיקאַנער ייִדן. כּדי צו ראַטעװען די אַרכיוון, האָט מען זיי אַלע צוזאַמענגעבראַכט אונטער אײן דאַך. זינט דעמאָלט האָט מען עטלעכע מאָל געמוזט איבערפֿירן די אַרכיװן פֿון אײן אָרט אויף אַ צװײטן אָבער אָנהײב יאַנואַר האָט מען זײ סוף־כּל־סוף איבערגעבראַכט אין אַ פּערמענענטער היים אין דער אַלטער שיל, „רודפֿי צדק‟.

אינעם אַרכיוו געפֿינען זיך אַ סך אוצרות וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער מעקסיקאַנער ייִדישער געשיכטע װי, למשל, אָרטיקע ביכער אויף ייִדיש אילוסטרירט פֿונעם באַרימטן מעקסיקאַנער מאָלער דיעגאָ ריוועראַ װי אויך לערנביכער פֿאַר די אָרטיקע ייִדישע טאָגשולן. עס זענען אויך פֿאַראַן אַ סך ביכער און דאָקומענטן, וואָס די שארית־הפּליטה און די ייִדישע פּליטים פֿונעם מיטעלן מיזרח האָבן מיטגעבראַכט מיט זיך. דער אַרכיוו נעמט אַרײַן 16,000 ביכער אויף ייִדיש, דזשודעזמע, שפּאַניש, אַראַביש, העברעיִש, רוסיש, ליטוויש און פּויליש און אַ ריזיקע זאַמלונג פֿאָטאָגראַפֿיעס וואָס שילדערן 120 יאָר פֿונעם מעקסיקאַנער ייִדישן לעבן.