נישט לאַנג צוריק האָט די פֿירמע Facsimile Editions, וואָס רעקלאַמירט זיך ווי דער וויכטיקסטער קוואַל פֿון פֿאַקסמיליע־אויסגאַבעס אויף דער װעלט, אָנגעהויבן צו פֿאַרקויפֿן דעם קלאַסישן ספֿר „פּרק־שירה‟ פֿאַר אַ נישקשהדיקער סומע פֿון 850$. אויף דער וועבזײַט פֿון דער פֿירמע, Facsimile-editions.com, שטייט געשריבן, אַז אויפֿן איצטיקן מאָמענט זענען אַלע עקזעמפּלאַרן שוין פֿאַרקויפֿט געוואָרן. זאָרגט זיך נישט! אויף אַן אַנדער וועבזײַט, Ziereisfacsimiles.com, ווערט עס נאָך אַלץ פֿאַרקויפֿט פֿאַר $932.
פֿאַרוואָס וואָלט עמעצער געפּטרט אַזוי פֿיל געלט אויף אַ בוך? דער סוד באַשטייט, מסתּמא, אין די פּרעכטיקע אילוסטראַציעס. ווי די פֿאַרלעגער באַטאָנען, איז דער אָריגינעלער כּתבֿ־יד אָנגעשריבן סײַ אויף לשון־קודש, סײַ אויף ייִדיש. דאָס גיט אויך צו אַ געוויסן טעם פֿאַר די, וואָס שעצן אָפּ אַלטע ספֿרים מיט עבֿרי־טײַטש.
כּדי זיך צו באַקענען מיטן דאָזיקן, טאַקע פּרעכטיקן כּתבֿ־יד, דאַרף מען פּשוט אַרײַנקוקן אין דער וועבזײַט פֿון דער בריטישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק.
אַדרבה, יעדער קאָן שאַפֿן בחינם אַן אייגענעם פֿאַקסימיליע־עקזעמפּלאַר פֿון דער דאָזיקער פּרעכטיקער האַנטשריפֿט, אויב מע האָט אַ צוטריט צו אַן אָפּדרוקער פֿון אַ הויכער קוואַליטעט. די ביבליאָטעק דערקלערט בפֿירוש, אַז קיין מחבר־רעכט זענען נישט חל; טאָמער עמעצער וויל זיך פֿאַרמעסטן מיט דער דערמאָנטער פֿירמע – געזונטערהייט, אַבי ער טרעפֿט באַוויליקטע קונים.
די מומחים זענען זיך משער, אַז דער כּתבֿ־יד קאָן זײַן אַ ווערק פֿון אַהרן־וואָלף הערלינגען פֿון געוויטש – אַ באַרימטער סופֿר און ספֿרים־קינסטלער פֿונעם 18טן יאָרהונדערט. אַ געבוירענער אין געוויטש, מאָראַוויע, האָט ער געוווינט אין פּרעשבורג און ווין. זײַנע פּרעכטיקע אילוסטרירטע כּתבֿ־ידן פֿלעגט ער פֿאַרקויפֿן צו פֿאַרמעגלעכע ייִדישע משפּחות.
לאָמיר זיך אָבער קודם דערמאָנען, וואָס „פּרק־שירה‟ שטעלט מיט זיך פֿאָר.
דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת האָבן מיר געלייענט די „שירת־הים‟, דאָס לויבגעזאַנג װאָס די ייִדן האָבן געזונגען בײַם אַריבערגיין דעם צעשפּאָלטענעם ים־סוף. די חז״ל דערקלערן, אַז די פֿייגעלעך האָבן דעמאָלט מיטגעזונגען.
מאָנטיק האָבן מיר געפּראַװעט חמישה־עשׂר־בשבֿט, די ראָש־השנה פֿון ביימער, ווען אין אַ טייל ייִדישע קהילות מאַכן מען אַ גאַנצן סדר מיט פֿיר גלעזער ווײַן און פֿאַרשיידענע פּירות. די נאַטור אַליין, אַזוי צו זאָגן, זינגט אַ שירה, און מיר זינגען מיט איר צוזאַמען, ווען די לענגסטע און קעלטסטע ווינטערטעגאין ארץ־ישׂראל הייבן אָן פֿאַרבײַצוגיין.
אָט דעם ענין, אַ לויבגעזאַנג לכּבֿוד דעם גאַנצן אוניווערס, איז געווידמעט דער „פּרק־שירה‟. דער דאָזיקער קליינער ספֿר באַשטייט פֿון זעקס פּרקים, לויט די ששת־ימי־בראשית. פֿאַרשיידענע תּנ״כישע פּסוקים ווערן געשילדערט ווי די געזאַנגען פֿון כּלערליי באַשעפֿענישן – פֿון די שטערן און פּלאַנעטן ביז די ביימער, פֿייגעלעך און חיות. למשל, דער טאָג אַליין זאָגט אַ פּסוק פֿון תּהילים: „יום ליום יביע אומר.‟. דער הונט, מיט וועלכן עס שליסט זיך דער גאַנצער ספֿר, לויבט דעם אייבערשטן מיט אַן אַנדער תּהילים־פּסוק: „בואו נשתּחווה‟.
לויט אַ באַקאַנטער גוזמאדיקער לעגענדע, האָט דוד המלך אַליין צונויפֿגעשטעלט דעם „פּרק־שירה‟. ס׳איז טאַקע גאַנץ אַלט, שוין דערמאָנט אינעם 10טן יאָרהונדערט. צענדליקער פּירושים זענען אָנגעשריבן געוואָרן, פּרוּוונדיק צו דערקלערן, פֿאַרוואָס דער מחבר האָט אויסגעקליבן דווקא אַזעלכע פֿראַזעס. איז עס אַ מין מעטאַפֿאָרישע פּאָעמע? ס׳זעט אויס, אַז דער ספֿר איז לכתּחילה געווען פֿאַרשפּרייט בײַ די מקובלים, וועלכע האָבן עס אָפּגעטײַטשט אויף אַ מיסטישן שטייגער. יעדע באַשעפֿעניש האָט דאָך אַן אייגענעם מלאך, און ער זינגט אָט די פּסוקים.
אין פֿאַרגלײַך מיט די ערנסטע ספֿרי־קבלה, האָט אָבער דער „פּרק־שירה‟ דווקא אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ „מיידלשן ספֿר‟. אין אַ טייל משפּחות זאָגן עס פֿרויען און מיידלעך יעדן טאָג צו פֿרי. דעריבער קאָן מען זיך משער זײַן, אַז דעם חנעוודיקן כּתבֿ־יד מיט עבֿרי־טײַטש האָט דער קינסטלער געשאַפֿן פֿאַר אַ געװיסער גבֿירטע.
דער באַטײַט פֿון געוויסע ווערטער אינעם „פּרק־שירה‟ איז נישט אין גאַנצן קלאָר. די איבערזעצונג איז גאַנץ באַלערנדיק ווײַל זי ווײַזט ווי אַזוי דער קינסטלער האָט אָפּגעטײַטשט דעם אָריגינאַל, און מיט וואָס פֿאַר אַ ייִדישן לעקסיקאָן ער באַנוצט זיך.
למשל, דאָס וואָרט „עגור‟ – געוויינטלעך, איבערגעזעצט ווי אַ מין באָטשאַן, אַ בושל – ווערט בײַ אים אַ „פּאָפּוגײַ‟. וואָס שײַך „סנונית‟ – געוויינטלעך, אַ שוואַלב – נוצט ער אויס די באַקאַנטע קונץ פֿון אומפּינקטלעכע איבערזעצער און טײַטשט עס פּשוט אָפּ ווי „אַ קליינער פֿויגל‟.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז אַזאַ חנעוודיקער כּתבֿ־יד ציט צו אַן אויפֿמערק פֿון געוויסע יחידים, וואָס זענען גרייט עס צו קויפֿן פֿאַר כּמעט אַ טויזנט דאָלאַר. פֿון דעסט וועגן, אַ דאַנק דעם וואַקסנדיקן פֿאַרנעם פֿון דיגיטאַליזאַציע־פּראָיעקטן אַרום דער וועלט, קאָן מען הײַנט הנאָה האָבן דערפֿון, גאַנץ אומזיסט, אויף אײַער אייגענעם קאָמפּיוטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.