ווי צו פֿאַרזייען אַ גאָרטן — אָן וואַסער

Cultivating A Garden Without Water

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published January 22, 2019.
אַגאַווע־געוויקס
Itzik Gottesman
אַגאַווע־געוויקס

הגם אַלע װײסן וועגן דער גרויסער טריקעניש װאָס האָט געטראָפֿן אין קאַליפֿאָרניע מיט צוויי יאָר קריק, פֿאַרשטײען װײניק אַמעריקאַנער אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון לאַנד װאָס פֿאַר אַן ערנסטע פּראָבלעם לויערט אין די מערבֿדיקע און מערבֿ־דרומדיקע שטאַטן: ס’איז פּשוט נישטאָ גענוג װאַסער. דאָרט האָט מען שוין לאַנג פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון טרוקענער ערד און פֿאַרוויאַנעטע געוויקסן.

אמת, דאָס יאָר 2018 איז דווקא געווען רעלאַטיוו גוט וואָס שייך דעם סכום רעגן, אָבער די פּראָבלעם פֿון צו ווייניק רעגן־װאַסער וועט נישט פֿאַרשווינדן. די באַפֿעלקערונג האַלט אין אײן וואַקסן און זעלטן ווען פֿירט מען דורך געזעצן צו העלפֿן לייזן דעם דוחק. טאָ וואָס זשע קען מען טאָן אין אַזאַ מצבֿ? 

קסעריסקאַפּיע, אויף ענגליש — xeriscaping — איז די קונסט אָדער וויסנשאַפֿט פֿון שאַפֿן אַ גאָרטן אָדער לאַנדשאַפֿט מיט ווייניק אָדער אין גאַנצן נישט קיין באַוואַסערונג. הײַנט איז דאָס שוין געוואָרן אַן אינדוסטריע אָבער לאָמיר געדענקען, אַז איידער אַזאַ באַגריף איז אויפֿגעקומען האָבן די אײַנגעבוירענע פֿעלקער פֿון אַמעריקע (די אַמעריקאַנער אינדיאַנער) זיך אויך געדאַרפֿט ראַנגלען מיט אַ טרוקענעם קלימאַט. זיי האָבן אויסגעניצט, למשל, יעדן טייל פֿון די געוויקסן און קאַקטוסן וואָס וואַקסן אין מדבר און אין די טרוקענע געגנטן.

ווי אַ דוגמא, לאָמיר באַטראַכטן דאָס אַגאַווע־געוויקס, וואָס מע רופֿט אין מעקסיקע „מאַגיי‟. ווען מײַן פֿרוי און איך האָבן געוווינט אין אַ מעקסיקאַנער דאָרף האָט מען אויסגעניצט יעדן טייל דערפֿון: די פֿיברע פֿונעם מאַגיי האָט מען געניצט אויף צו שטריקן און די שפּיצן פֿונעם געוויקס — פֿאַר שטריקנאָדלען. פֿונעם סאָק האָט מען געמאַכט אַן אַלקאַהאָליש געטראַנק — פּולקיי. פֿונעם שטאַם האָט מען אַפֿילו געבויט מעבל. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערט דער מאַגיי אָנגערופֿן „דער הונדערט־יאָרניק‟ (century plant), ווײַל מע גלייבט, אַז דאָס געוויקס לעבט אַ הונדערט יאָר און דערנאָך שיסט עס אַרויס איין בלום — און שטאַרבט. דער אמת איז, אַז דער „הונדערט־יאָרניק‟ לעבט געוויינטלעך צווישן צען און דרײַסיק יאָר, אָבער ס’איז אמת, אַז נאָך דעם ווי סע שיסט אַרויס אַ בלום שטאַרבט עס אָפּ.

די צעשניטענע „בלעטער‟ פֿונעם קאַקטוס נאָפּאַל קען מען שוין געפֿינען אין אַלע פֿרוכט־ און גרינסן־קראָמען איבערן גאַנצן לאַנד. מע קען אפֿילו טרינקען אַ נאָפּאַל־פֿרוכטשייק. די שטעכיקע באַרן פֿונעם באַרן־קאַקטוס (prickly pear) לויבט מען אין הימל אַרײַן ווי אַן אופֿן אַראָפּצולאָזן דעם כאָלעסטעראָל.

דער נאָפּאַל־קאַקטוס
Itzik Gottesman
דער נאָפּאַל־קאַקטוס

אָבער נישט בלויז קאַקטוסן קען מען פֿאַרזעצן כּדי זיך אײַנצושפּאָרן באַוואַסערונג. דער לעבעדיקער דעמב (live oak) איז אַ בוים וואָס וואַקסט בלויז אין דרומדיקן טייל פֿון לאַנד. ער קען אויסהאַלטן סײַ קעלט, סײַ היץ. דער נאָמען שטאַמט פֿון דעם, וואָס תּיכּף נאָך דעם ווי די בלעטער פֿאַלן אַראָפּ בליִען שוין נײַע בלעטער; זעט אויס ווי דער בוים איז גרין אַ גאַנץ יאָר.

נאָך אַ בוים וואָס איז באַקאַנט אין די טרוקענע שטחים פֿון אַמעריקע און בפֿרט טעקסאַס איז דער מעסקיט. אין די לענדער פֿונעם מיטל־מיזרח קען מען דאָס אויך געפֿינען מיטן נאָמען „ארץ־ישׂראל־מעסקיט‟. זיי זענען פֿאַרהאַרטעוועטע ביימער וואָס לעבן לאַנג כאָטש זיי זעען קיין מאָל נישט אויס געזונט. די שויטן (pods) קען מען צעמאָלן און דערפֿון באַקן ברויט. דאָס האָלץ פֿונעם בוים ניצט מען אויף מעבל און קאָסט זייער טײַער.

דער מעסקיט
Itzik Gottesman
דער מעסקיט

אַ באַליבט געוויקס אין טעקסאַס הייסט „דעם טערקס מיצל‟ (turk’s cap) ווײַל די בלום זעט אויס ווי אַ טורבאַן. עס פֿאַרשפּרייט זיך גאַנץ גיך און דאַרף נישט קיין סך וואַסער צו בליִען. ווען מע פּלאַנעוועט אויס אַ גאָרטן אין טעקסאַס נעמט מען אויך אין באַטראַכט וואָס פֿאַר אַ חיות, פֿלאַטערלעך און פֿייגל וועט דער גאָרטן צוציִען. דער שטאַט ליגט פּונקט אין מיטן דעם מאַרשרוט פֿון די פֿייגל און פֿלאַטערלעך ווען זיי פֿליִען אויף דרום בעת די האַרבסטיקע חדשים, באַמיט מען זיך צו פֿאַרזעצן בלומען וואָס זיי האָבן ליב.

“דעם טערקס מיצל”
Itzik Gottesman
“דעם טערקס מיצל”

דעם פּעקאַנען־בוים האָבן ליב אַלע וועווערקעס און ער וואַקסט, כאָטש פּאַמעלעך, אַפֿילו ווען ווייניק וואַסער איז דאָ. דער קלאַנג פֿון פֿאַלנדיקע פּעקאַנען אויף די פּאַרקירטע אויטאָס אין גאַס איז אַ שטענדיקער יעדן האַרבסט. ס’רובֿ מענטשן קוקן אויף די ניס ווי מיסט, אָבער, פֿון צײַט צו צײַט, זעט מען ווי אַנדערע קלויבן זיי אַלע צונויף און באַקן און קאָכן מיט זיי — אַ שאָד זיי זאָלן גיין אין ניוועץ! 

במשך פֿון די לעצטע צוואַנציק יאָר האָט זיך געשאַפֿן אַ באַוועגונג צו זאַמלען אָדער אויפֿצוכאַפּן דעם רעגן אין פֿעסער און איבערצוניצעווען דאָס רעגן־וואַסער צו באַוואַסערן דעם גאָרטן. אין געוויסע שטאַטן איז דאָס נאָך נישט לעגאַל און אין אַנדערע דאַרף מען צו ערשט באַקומען דערלויבעניש. דאָס דאָזיקע וואַסער איז „ווייך‟; דאָס הייסט, עס האָט נישט קיין מינעראַלן פֿון דר’ערד. גערטנער האַלטן, אַז אַזאַ וואַסער איז דאָס בעסטע פֿאַר די געוויקסן. מע קען אַזאַ וואַסער אַפֿילו ניצן פֿאַר גרינסן און פֿרוכטן.

צי איז דאָ גראָז וואָס קען בלײַבן גרין אין אַ טרוקענעם קלימאַט מיט ווייניק וואַסער? ניין, נישט באמת. אין די אַלע גערטנער וווּ מע פֿאַרזעצט געוויקסן מיט אַ קסעריסקאַפּישן צוגאַנג, פֿעלט גרין גראָז. אויפֿן אָרט דערפֿון האָט מען אויסגעשטעלט שטיינער אָדער סקולפּטורן. צווישן די עיקר־געדאַנקען פֿון קסעריסקאַפּיע איז זיך אײַנצושפּאָרן צײַט און נישט שנײַדן און פּאָלען דאָס גראָז. מע שפּאָרט זיך אײַן נישט בלויז צײַט, נאָר אויך וואַסער, ענערגיע און מיסט (דאָס געשניטענע גראָז).

מיט דער אָנוואַרעמונג פֿונעם וועלטקלימאַט דאַרף מען אָנהייבן צו טראַכטן וועגן דעם וואַסער־דוחק נישט בלויז אין די דרומדיקע שטאַטן, נאָר איבער דער גאַנצער וועלט. קסעריסקאַפּיע האָט שוין אַנטוויקלט דעם אָנהייב פֿון אַ סטראַטעגיע צו פֿאַרענטפֿערן די פּראָבלעם.