עס האַלטן זיך אין איין מערן די צאָל פֿעסטיוואַלן געווידמעט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור בכלל, און דער קלעזמער־מוזיק בפֿרט. כאָטש די ביז־איצטיקע וואָך־לאַנגע אונטערנעמונגען ווי „קלעזקאַנאַדע‟, „אַשכּנז‟, „ייִדיש־ניו־יאָרק‟, „ייִדיש זומער־ווײַמאַר‟ און די „ייִדיש־וואָך‟ בלײַבן פּאָפּולער, באַמערקט מען שוין פֿון לאַנג, אַז מענטשן ווילן אַזעלכע פּראָגראַמען אויך אויף אַנדערע ערטער. בײַ ס׳רובֿ מענטשן איז דאָס פֿאָרן אין אויסלאַנד אויף אַ וואָך פּשוט צו טײַער.
לטובֿת די וואָס ווילן זיך פֿאַרטיפֿן אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור אָבער קענען זיך ניט דערלויבן צו פֿאָרן אויף איינעם פֿון די גרעסערע פֿעסטיוואַלן, שאַפֿט מען איצט קלעזמער פֿעסטיוואַלן אין אַנדערע מקומות. פֿאַר די אייראָפּעער וואָס ווילן געניסן פֿון אַ „ייִדיש־וואָך‟ האָט מען לעצטנס געהאַלטן דעם „ייִדיש־מאַראַטאָן‟ אין גריכנלאַנד. און אין פֿאַרשידענע עקן פֿון אַמעריקע אָרגאַניזירט מען קלעזמער־פֿעסטיוואַלן, וואָס קומען פאָר במשך פֿון איין סוף־וואָך.
אָנהייב פֿעברואַר וועט צום ערשטן מאָל פֿאָרקומען אַ פֿעסטיוואַל געווידמעט דער קלעזמער־מוזיק אין סיאַטל. דער אָרטיקער „ייִדישפֿעסט‟ צילט אַרײַנצונעמען סײַ די וואָס קענען שוין שפּילן קלעזמער־מוזיק און זינגען אויף ייִדיש צוזאַמען מיט די וואָס ווייסן גאָרניט וועגן דער ייִדישער קולטור־ירושה. במשך פֿון דעם סוף־וואָך וועלן סאַשע לוריא (געזאַנג), קרעג יודעלמאַן (פֿידל), איליע שנייווײַס (אַקאָרדעאָן) און מאַרק רובין (בלאָז־אינסטרומענטן) אָנפֿירן מיט וואַרשטאַטן, אין וועלכע מע וועט לערנען די פּיטשעווקעס פֿון דער קלעזמער־מוזיק (ריטעם, די גאַמעס וואָס מע נוצט און די וואָקאַלע קנייטשן פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן געזאַנג) און האַלטן רעפֿעראַטן וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער מוזיק און איר ווידער־אויפֿלעבונג. דערצו וועט מען זינגען בציבור און זיך לערנען טראַדיציאָנעלע ייִדישע טענץ.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿון פֿרײַטיק, דעם 1טן פֿעברואַר, 5 אַ זייגער אין אָוונט ביז זונטיק, דעם 3טן פֿעברואַר, שפּעט אין אָוונט. דער פּרײַז איז $200.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://www.seattleyiddishfest.com/
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.