אין אונדזערע ממש געפֿערלעכע צײַטן האָט זיך לעצטנס צעפֿלאַקערט דער אינטערעס צו דער לינקער ייִדישער געשיכטע, בפֿרט בײַם יונגן דור.
רעדנדיק מיט יונגע ייִדישע טוערס, לײענענדיק זײערע אַרטיקלען, װאָלט מען געקענט מײנען אַז זײ אידענטיפֿיצירן זיך צום מערסטן מיט די אַמאָליקע בונדיסטן. אָבער נישט צוליב דעם בונד זענען איבער 400 מענטשן לעצטנס געקומען אין אַ ביטער קאַלטן װינטערטאָג אױף אַן אײן־טאָגיקער קאָנפֿערענץ אין ייִװאָ — נאָר צוליב דעם אַמאָליקן ייִדישן אַנאַרכיזם.
נישט געקוקט אױף דעם װאָס די אַנאַרכיסטישע באַװעגונג װערט הײַנט װײניק שטודירט אין דער סאָציאַלער װיסנשאַפֿט און װײניק דערמאָנט אין דער ייִדישע פּרעסע, האָט מען דערפֿילט בײַם סוף־קאָנפֿעראַנץ אַז דער אַנאַרכיזם איז נישט בלויז געװען רעלעװאַנט מיט יאָרן צוריק, נאָר אַז ער איז װידער געװאָרן באַטײַטיק אין דעם איצטיקן פּאָליטישן מאָמענט.
אַ ברײטער עולם האָט זיך צונױפֿקגעקליבן, אַרײַנגערעכנט מענטשן פֿון אַלע עלטערס און אַלע סאָרטן פּנימער: ייִדן מיט באָרד־און־פּאות, יונגע לײַט מיט גרין־באַפֿאַרבטע האָר, אַנדערע מיט אָפּגעגאָלטע קעפּ טאַטויִרט מיט די אַנטיפֿאַשיסטע װערטער „אײַזערענער פֿראָנט“ אויפֿן סקאַלפּ און נאָך אַנדערע מיט סתּם הוילע קעפּ. אַלע האָבן זיך אַרײַנגעפּאַקט אין זאַל, און ס’איז נאָך געװען אַן איבערפֿלוס פֿון געסט, װאָס האָבן געמוזט זיצן אין לאָבי און זען די פּראָגראַם אויף אַן עקראַן.
נו, װאָס זשע איז טאַקע דער ייִדישער אַנאַרכיזם? מיט אָט דער קשיא האָט זיך אָנגעהױבן די פּראָגראַם. ער איז טאַקע שװער פּינקטלעך צו דעפֿינירן, צוליב זײַן פֿליסיקער נאַטור. אָבער אַ געשיכטע, און מערקװירדיקע טענדענצן האָט זי יאָ. קעניאָן זימער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם טעקסאַסער אוניװערסיטעט, האָט באַשריבן די באַציִונגען צװישן די איטאַליענישע און ייִדישע אַנאַרכיסטן, װי אַזױ זײ האָבן זיך באַמיט אױפֿצובױען סאָלידאַריטעט און נאָענטע, פֿרײַנדלעכע באַציִונגען, געפֿאָרן צוזאַמען אױף טײַך־רײַזעס, טײלנדיק זיך מיט פֿאָלקס־ און פּאָליטישע לידער און אָרגאַניזירט מאַניפֿעסטאַציעס.
טאָם גױענס פֿון דער סאַליסבורי אוניװערסיטעט אין מאַרילאַנד האָט רעפֿערירט װעגן יאָהאַן מאָסט, אַ דײַטשער אימיגראַנט װאָס האָט געגרינדעט די װיכטיקע אַנאַרכיסיטשע צײַטונג, „פֿרײַהײט“, און האָט זי אַרױסגעגעבן אין ניו־יאָרק. כאָטש מאָסט האָט שטאַרק געטענהט פֿאַרן איבערקערן די רעגירונג, דװקא דורך געװאַלד, האָט ער שאַרף קריטיקירט אַלעקסאַנדער ברעקמאַן (אַ ליטװישער אַנאַרכיסטישער אימגיראַנט) פֿאַר זײַן אַטענטאַט אױפֿן פּריץ, הענרי קלײ פֿריק; זײַן קריטיק פֿון חבֿר ברעגמאַן, האָט אָבער אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע קאָנטער־קריטיק פֿון דער פֿאַרברענטער, 23־יאָריקער אַנאַרכיסטקע עמאַ גאָלדמאַן, וואָס האָט אים עפֿנטלעך פֿאַרדאַמט דערפֿאַר.
נישט געקוקט אױף זײן קריגערײַ מיט די צװײ ייִדישע אַנאַרכיסטישע פֿירערס, האָט מאָסט פֿאָרט געהאַלטן די נײַע כװאַליע פֿון אַשכּנזישע ייִדישע אימיגראַנטן פֿאַר אַ נאַטירלעכן יורש פֿאַר זײַן פֿילאָסאָפֿיע. דעמאָלט האָבן זיך אויך צעבליט פֿאַרבינדונגען צװישן דײַטשע און ייִדישע אַנאַרכיסטן — סײַ אינעם לעקציע־זאַל, סײַ אינעם בירזאַל.
אַנאַ טאָרעס, אַ פּראָפֿעסאָרקע פֿונעם שיקאַגער אוניװערסיטעט האָט איבערגעגעבן אַ מער ליטעראַרישן צוגאַנג צום ענין. זי האָט דעם עולם מזהיר געװען אַז מע זאָל זיך היטן נישט צו מאַכן לײַכטע, פֿאַלשע פֿאַרגלײַכונגען צװישן דעם בונדיזם אָדער קאָמוניזם מיטן אַנאַרכיזם. נישט האָבנדיק קײן קלאָרן, בשותּפֿותדיקן פּאָליטישן ענדציל, האָט דער אַנאַרכיזם זיך געהאַלטן אין איין אַנטוויקלען, און דערפֿאַר דאַרף מען אים באַטראַכטן גיכער ווי אַ פּראָצעס איידער אַ „פּראָדוקט‟. אייגנטלעך איז ער אַ קולטור באַזירט אויפֿן לעבן צוזאַמען אין חבֿרשאַפֿט, פֿירן דאָס לעבן אויף אַ מער קינסטלערישן פֿרײַען אופֿן און באַטראַכטן די קונסט װי נאָענט־פֿאַרבינדן מיטן קאַמף. זי האָט זיך אויך פֿאַררופֿן אױף פּרץ מאַרקישעס לעצטן, צענזורירטן װערק, „דער פֿערציק־יעריקער מאַן“ וואָס איז, לױט איר דערקלערונג, עראָטיש און פֿרײַ, טרױמענדיק פֿון אַ צוקונפֿט אָן קײן נאַציאָנאַלע גרענעצן, מיטן טראָפּ מער אויף שפּיל און קונסט װי אויף פּראָדוקטיװקײט און מי; איז עס, לױט טאָרעס, אַ בולטער באַווײַז פֿון דער אַנאַרכיסטישער ליטעראַרישער השפּעה אױף דער ייִדישער ליטעראַטור.
שפּעטער האָט מען געשטעלט אַ פֿראַגע װעגן דעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם אין דער באַװעגונג. רײנאָלדס חכמאָװיטש, װאָס האָט לעצטנס פֿאַרענדיקט זײַן מאַגיסטער אין בודאַפּעשט, האָט דערציילט װי דער שרעקלעכער קישינעװער פּאָגראָם האָט באַװירקט די דאָזיקע פֿראַגע. בײַם אָנהײב האָבן די ייִדישע אַנאַרכיסטן, אין פֿאַרגלײַך מיט די בונדיסטן, אויסגעטײַטשט דעם פּאָגראָם װי אַ משל פֿונעם מלוכישן גװאַלד איבערן פּראָלעטאַריאַט, װײַל ייִדן זענען דעמאָלט געװען אַ װיכטיקער טײל פֿונעם פּראָלעטאַריאַט. אָבער נאָך די דורכגעפֿאַלענע רעוואָלוציעס פֿון 1905 און 1907, װען די קאָנסערװאַטיװע רעאַקציע איז געװען צו באַשולדיקן דװקא די ייִדן פֿאַר אַלע זײערע צרות, האָבן די ייִדישע אַנאַרכיסטן אָנגעהויבן באַטראַכטן דעם ייִדישן פֿאָלקס־אידענטיטעט פֿאַר אַ װיכטיקן עלעמענט אין דעם פּאָליטישן קאַמף; דעמאָלט האָבן זײ אָנגעקניפּט באַציִונגען מיט די ברײטערע ייִדישע לינקע גרופּעס, און אַ ביסל װײניקער מיט דער אַלגעמײנער אַנאַרכיסטישער באַוועגונג.
אַ צאָל באַטייליקטע האָבן געפֿרעגט קשיות בײַ די רעדנערס װעגן דער ראָלע פֿון בלוט־פֿאַרגיסונג אין דער באַװעגונג בכלל. האָט מען געגעבן צװײ דערקלערונגען. ערשטנס — איז גװאַלד יאָ געװען אַן עלעמענט גלײַך פֿון אָנהייב, דאָס קען מען נישט לייקענען. פֿון דער אַנדערער זײַט האָט מען פֿון אָנהײב אָן אויך אױסגעבױט בשותּפֿותדיקע אָרגאַניזאַציעס װי אַ מעין־עולם־הבא — אַ צוזאָג פֿון דעם װאָס איז נאָך מעגלעך װען מען אַרבעט אין איינעם. מע האָט געהאָלפֿן די אַרבעטער אָרגאַניזירן אייגענע פֿאַראײנען און צו שטרײַקן; מע האָט געגרינדעט פֿרײַע שולן פֿאַרן פּראָלעטאַריאַט; און מיט דער צײַט האָט די אַנאַרכיסטישע באַוועגונג טאַקע פֿאָקוסירט מער אױף די אָ עלעמענטן איידער אויף בלוט־פֿאַרגיסונג.
אַ צװײטע דערקלערונג איז געװען אַז עס איז טאַקע שװער צו דערקענען װעלכע מעשׂים זענען געווען עכט אַנאַרכיסטישע, און װעלכע — נישט. מיט אַזאַ באַוועגונג, װאָס איר גרעסטע מעלה איז דווקא נישט צו האָבן קײן פֿאָרמעלע היִעאַרכיע, איז אַוודאי שװער פּינקטלעך צו דערקענען װער ס׳איז אַ געטרײַער מיטגליד און װער איז סתּם אַן אָנהענגער. אָן אַ רבין איז דאָך שווער צו פּסקענען װער ס׳איז אַן אמתער חסיד. חכמאָװיטש האָט דערציילט וועגן אַ שאַרפֿן װיכּוח װעגן דעם אַטענטאַט אױפֿן אַמעריקאַנער פּרעזידענט וויליאַם מאַק׳קינלי אין יאָר 1901. דער אַטענטאַט איז דורכגעפֿירט געװאָרן דורך לעאָן טשאָלגאָש, װעלכער האָט זיך טאַקע גערופֿן אַן אַנאַרכיסט. דאָס רובֿ פֿירערס פֿונעם אַנאַרכיזם האָבן פֿאַרדאַמט זײַנע געװאַלד־מעשׂים, זאָגנדיק אַז ער האָט נישט פֿריִער אַסאָציִיִרט מיט אַנדערע אַנאַרכיסטן, האָט נישט אָנטײל־גענומען אין זײערע טעטיקײטן און האָט נישט דורכגעפֿירט זײַנע פּלענער מיטן הסכּם אָדער װיסיקײט פֿון אַנדערע אַנאַרכיסטן.
עמאַ גאָלדמאַן האָט זײ אָבער שאַרף אָפּגעענטפֿערט, טענהנדיק אַז נישט געקוקט אױף דעם װאָס זי האָט נישט אַפּראָבירט זײַן אַקציע, האָט טשאָלגאָש זיך געפֿירט װי אַן אמתער אַנאַרכיסט, אינעם גײַסט פֿונעם אַנאַרכיזם, װײַל ער האָט געטאָן װאָס איז אים געװען רעכט און נײטיק לױט זײַן אײגענעם פֿאַרשטאַנד, װי אַ טײל פֿונעם ברײטערן קאַמף צו באַפֿרײַען דעם פּראָלעטאַריאַט פֿונעם עול־מלכות.
אַ גאַנצן טאָג האָט דער עולם זיך צוגעהערט צו די לעקציעס, פֿאַרשריבן נאָטיצן, אַרומגערעדט די ענינים בעת די הפֿסקות, און געפֿרעגט די רעדנערס סײַ װעגן דער געשיכטע סײַ וועגן דער פֿראַגע, וואָס קען מען זיך הײַנט אָפּלערנען פֿון דעם ייִדישן אַנאַרכיזם? ס׳איז געװאָרן קלאָר אַז די געשיכטע איז אַ סך רײַכער און מער נואַנסירט װי מע האָט אפֿשר געמיינט. פֿאַר די מענטשן, װאָס זענען געקומען צוליב זײערע הײַנטיקע פּאָליטישע טעטיקײטן, איז דער אַנאַרכיזם געפּאַקט מיט רעסורסן וועגן די מעגלעכקײטן צו בויען אַ שענערע און בעסערע װעלט. און די ייִװאָ־אָרגאָנאַזירערס זענען אַװדאי געװען צופֿרידן מיט דער גרויסער צאָל מענטשן װאָס האָבן זיך באַטײליקט.
נאָר אײן טענה האָב איך געהערט: די אַקאַדאַמישע סטרוקטור װאָס באַשטײט פֿון אַ גאַנצער רײ פּאַנעלן און רעדעס, האָט נישט געפּאַסט דעם גײַסט פֿון אַנאַרכיסטישער שעפֿערישקײט, וואָס האַלט אַז מע װאָלט בעסער געדאַרפֿט באַנוצן אָפֿענע, עגאַלטישאַרישע סטרוקטורן. גוט, אַז מע האָט טענות, איז אַ סימן אַז מע האָט אײַנגעגלידערט געוויסע עלעמענטן פֿון דער קאָנפֿערענץ, און אַז דער אַנאַרכיזם קען נאָך אַלץ אָנצינדן דעם כּוח־הדמיון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.