וועגן מײַן זיידן פֿון טאַטנס צד האָבן זיך די לייענערס שוין עפּעס דערוווּסט. וואָלט איך דאָס מאָל געוואָלט אײַך דערציילן וועגן דער באָבע פֿון מאַמעס צד. זי איז געבוירן און אויפֿגעצויגן געוואָרן אין אַ באַלעבאַטישער היים, האָט זי גרויסערהייט אויך געפֿירט אַ באַלעבאַטישע משפּחה. איר טאַטע איז געווען אַ גוטער פֿאַרדינער, ווי אויך איר מאן (דער צווייטער זיידע) — געהאַט אַ שפּײַזקרעמל, האָבן זיי אַפֿילו אין די ערגסטע צײַטן, אין די 1930ער, געהאַט פּרנסה. זי האָט זייער ליב געהאַט צו לייענען, צו מאַכן קעסטל־רעטענישן און זיך צו באַקן אויף דער פֿלאָרידער זון. מיט איין וואָרט, אַ ייִדישע פֿרוי ווי אַ סך אַנדערע, אַיאָ?
אין דער אמתן — נישט: זי האָט דאָך פֿאָרט אַדורכגעמאַכט אַלע שטורעמס פֿונעם 20סטן י״ה.
זי איז די איין־איינציקע פֿון די זיידעס און באָבעס (איך האָב געהאַט ס׳מזל, וואָס כ׳האָב זיי אַלע פֿיר געקענט), וואָס האָט געהאַט גליקלעכע קינדער־יאָרן און דערציילט וועגן זיי מיט חשק. געבוירן איז זי אין 1902 אין מונקאַטש, דעמאָלט אַ פּראָווינצשטאָט פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע. (אַזוי ווי זי האָט פֿון דער היים געהייסן „עסטערײַכער“, פֿלעגן אַנדערע קינדער, כּדי זיך מיט איר צו רייצן, זי רופֿן טאַקע „עסטרײַך־אונגערישע אימפּעריע“.)
בײַ איר איז מונקאַטש, אָבער, נישט געווען קיין פּראָווינצשטאָט, נאָר אַ גרויסער צענטער. כאָטש די שטאָט איז מיט איר חסידישן ייִחוס וועלט באַרימט, איז די באָבע גאָר אויפֿגעוואַקסן צווישן מאַדיאַריזירטע ייִדן. איר מאַמע האָט נאָך געקענט ייִדיש פֿון דער היים, אָבער זי מיט אירע ברידער און שוועסטער — רק אונגעריש. נישט אומזיסט האָט איר לאַנדסמאַנשאַפֿט געטראָגן דעם נאָמען פֿונעם גרויסן אונגערישן (נישט־ייִדישן) פּאָעט פּעטעפֿי שאַנדאָר. די שטאָלץ, ניין — סנאָבישקייט פֿון אַ באַלעבאַטיש, אונגעריש־שפּראַכיק מיידל – ווי זייער אַ סך ייִדן אַ פֿאַרליבטע אינעם קייסער פֿראַנץ־יאָזעף, איז געווען אין לשער. איכ׳ל קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן ווי מיר זענען איין מאָל דורכגעפֿאָרן באָראָ־פּאַרק, ברוקלין. ווען מיר האָבן דערזען איינעם פֿון די גרויסע דאָרטיקע מונקאַטשער חסידישע אינסטיטוציעס און די פֿרומע ייִדן וואָס דרייען זיך דאָרטן אַרום, האָט זי אויסגערופֿן: דאָס איז נישט מײַן מונקאַטש!
זי האָט אַפֿילו דערציילט ווי זי איז קינדווײַז איין מאָל געגאַנגען אין גאַס מיט איר שוועסטער און מיט זייער גוייִשער דינסט, איז צוגעקומען אַ פֿרומער ייִד און אָנגעהויבן רעדן מאַמע־לשון. האָבן די מיידלעך נישט פֿאַרשטאַנען, האָט די דינסט זיי פֿאַרטײַטשט פֿון ייִדיש אויף אונגעריש… נישט אומזיסט איז אין דער דעמאָלטיקער פֿאָלקסציילונג געשטאַנען, אַז ייִדן לויט דער רעליגיע באַטרעפֿן כּמעט אַ האַלבע שטאָט, אָבער אונגעריש־רעדערס אַרום דרײַ פֿערטל (ייִדיש האָט מען אין גאַנצן נישט אָנערקענט).
ווי געזאָגט איז דער טאַטע געווען אַ גוטער פּרנסה־געבער: געאַרבעט פֿאַר דער שטאָט, געװען דער אויפֿפּאַסער איבער גאַסן־בויערס; די ערשטע בריק איבערן טײַך לאַטאָריצע, װאָס שטאַמט פֿון אָנהייב 20סטן י״ה, האָט זי דערציילט, איז געװען איר טאַטנס אַרבעט.
איז דאָך גוט, טויג ערשט נישט: ס׳איז אויסגעבראָכן די ערשטע וועלט־מלחמה. אַ לענגערע צײַט האָט זיך דער פֿראָנט געפֿונען אַרום מונקאַטש, האָט די משפּחה עטלעכע מאָל געמוזט אַנטלויפֿן פֿון די שלאַכטן צו קרובֿים וואָס וווינען ווײַטער פֿונעם פֿראָנט.
איבערגעלעבט די מלחמה, איז מונקאַטש אַריבער צו דער נײַער טשעכאָסלאָוואַקישער מלוכה. ווי קומען אונגערישע ייִדן צו די טשעכן? האָט זי דערציילט, ווי זי איז באַלד נאָך דער מלחמה געגאַנגען שפּאַצירן און געזען, ווי „די טשעכן“ (ד״ה, די נײַע מלוכישע באַאַמטע) נעמען אַראָפּ די אונגערישער גאַסנשילדן און הענגען אויף טשעכישע. האָט זי אויסגעשאָסן מיט אַ געלעכטער, האָבן די אַרומיקע געמיינט, אַז זי איז נישט בײַ די קלאָרע געדאַנקען… נאָר ווי אַזוי דאַרף מען רעאַגירן ווען דײַן שטאָט ווערט דיר מיט איין מאָל אַ פֿרעמדע?! האָט זי שוין באַקומען אַ צווייטע בירגערשאַפֿט — געקומען אַהער מיט אַ טשעכאָסלאָוואַקישן פּאַס. דאָ האָט זי שוין באַקומען די דריטע בירגערשאַפֿט. (די פּאָר שוועסטערקינדער וואָס זי האָט דאָרטן איבערגעלאָזט און האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן האָבן נאָך זוכה געווען צו דער סאָוועטישער און שפּעטער צו דער אוקראַיִנישער בירגערשאַפֿט, כאָטש זיי האָבן ווײַטער געוווינט אין דער זעלביקער שטאָט. ווי געזאָגט, לויטן 20סטן י״ה — אין גאַנצן נאָרמאַל.)
מיט אַ יאָר שפּעטער, נאָך אַ קלאַפּ: דער טאַטע שטאַרבט פֿון פּאָקן. אַזוי ווי צוויי אירע ברידער האָבן זיך שוין באַזעצט אין ניו־יאָרק, באַשליסט די מאַמע צו פֿאָרן אַהין מיט אירע צוויי מיידלעך אויך. די באָבע ענדיקט די מיטלשול און באַלד נאָך דעם לאָזן זיי זיך אין וועג דורך פּראָג, פּאַריז און לע האַוור, נאָרמאַנדיע.
אָנגעקומען אַהער אין 1921, גייט זי אויף ענגליש־קורסן און לערנט זיך אויס כּמעט פּערפֿעקט ענגליש. ווי געזאָגט, לייענט זי כסדר, מאַכט קעסטל־רעטענישן — אויף ענגליש. פּונקט ווי אין מונקאַטש איז זי געווען שטאָלץ מיטן קענען אונגעריש איז זי דאָ שטאָלץ מיט ענגליש, כאָטש ווײַטער רעדט זי צום טייל אונגעריש מיטן זיידן, וואָס איז אויך געווען אַן אונגערישער און אויך אָנגעקומען אין 1921. באַקענט זיך האָבן זיי דאָ אין ניו־יאָרק און חתונה געהאַט אין 1926.
פֿון דעמאָלט אָן איז דאָס לעבן שוין רויִקער, כאָטש נישט אָן טראַגעדיע: דער זון, מײַן מאַמעס ברודער, שוין אַ באַווײַבטער מיט צוויי קליינע קינדער, קומט אום אין אַן אויטאָ־קאַטאַסטראָפֿע. אַזאַ ווייטיק, אַז כ׳געדענק נישט, מיר זאָלן בײַ זיידע־באָבע אים שוין מער דערמאָנען בײַם נאָמען.
זי האָט אויך איבערלאָזט איין ברודער אין טשעכאָסלאָוואַקײַ; ער מיט זײַן משפּחה זענען אַנטלאָפֿן קיין ארץ־ישׂראל, אָבער נאָך דער מלחמה זיך אומגעקערט, דאָס מאָל קיין פּראָג — דער ברודער, אַלעקסאַנדער (וואָס מײַן זון איז נאָך אים אַ נאָמען) איז געווען אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט און געוואָלט וווינען אין אַ „דעמאָקראַטיש“ לאַנד. צי ס׳האָט אים שפּעטער באַנג געטאָן ווייס איך נישט, נאָר אַז זיי, ברודער און שוועסטער, האָבן זיך דורכגעשריבן — דאָס איינציקע קאָמוניקיר־מיטל פֿון יענער צײַט — ווייס איך יאָ.
אַז דער ברודער, אין פּראָג, איז קראַנק געוואָרן און געהאַלטן בײַם שטאַרבן האָט מײַן מאַמע געפּרוּווט פּועלן בײַ איר מאַמע, זי זאָל פֿאָרן זיך נאָך איין מאָל מיט אים זען. האָט די באָבע נישט געוואָלט הערן דערפֿון — קיין אייראָפּע וויל זי זיך קיין מאָל נישט אומקערן. אין די שפּעטערדיקע יאָרן האָט זי דאָס באַרעכטיקט דערמיט, וואָס זי האָט מורא צו פֿליִען, אָבער דעם אמת האָב איך פֿאַרשטאַנען — זי וויל נישט זען וואָס ס׳איז געוואָרן פֿון איר אַמאָליקער היים, קאַליע מאַכן די וואַרעמע זכרונות פֿון די יונגע יאָרן, ווען וועלט איז געווען וועלט און פֿראַנץ־יאָזעף איז געווען קייסער.
לאָמיר פֿאָרויסגיין ביזן יאָר 2006. שוין אַ שיינע פּאָר יאָר וואָס די באָבע לעבט נישט. האָט זיך מיר מיט דער מאַמע פֿאַרגלוסט צו פֿאָרן קיין מונקאַטש אַ קוק טאָן אויף דער באָבעס שטאָט. נו, ווייס איך דאָך, אַז פֿון אַן אונגערישער שטאָט איז געוואָרן אַן אוקראַיִנישע, כאָטש רעשטלעך פֿונעם אַמאָל זענען נאָך דאָ: טייל גאַסן האָבן, למשל, ווײַטער אונגערישע נעמען. ווייסן מיר דער באָבעס אַדרעס בשעתּו. מיר ווייסן אויך, אַז לויט איר האָבן זיי געוווינט אינעם נײַסטן, שענסטן הויז אויף אָט דער גאַס. קומען מיר אָן, ווײַזט זיך אַרויס, אַז אויף אַ גאַס פֿול מיט האַלב חרובֿע הײַזער האָט מען, אַ פּנים, אַראָפּגעצויגן דאָס איינציקע גוט געבויטע הויז — דער באָבעס. גייען מיר אויפֿן בית־עולם, אפֿשר וועלן מיר געפֿינען דעם עלטער־זיידנס קבֿר — ווײַזט זיך אַרויס, אַז אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען דעם בית־עולם אָפּגעווישט; ערשט בײַ די אוקראַיִנער האָט מען געשטעלט אַ דענקמאָל, אָבער ווײַטער גאָרנישט.
אַז מיר האָבן זיך אויף דער נאַכט אומגעקערט אין האָטעל, זאָג איך דער מאַמע, אַז דער באָבעס קול הער איך אין קאָפּ. ענטפֿערט די מאַמע, אַז זי אויך. וואָס זשע זאָגט אונדז די באָבע? פּונקט דאָס וואָס זי וואָלט אונדז געזאָגט בײַם לעבן: „צו וואָס האָט איר בכּלל געדאַרפֿט פֿאָרן? כ׳האָב דאָך אײַך געוואָרנט, אַז איר וועט דאָרטן גאָרנישט געפֿינען…“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.