אינטענסיווע זומערקורסן אין ייִדישער שפּראַך אין אַרגענטינע

Intensive Yiddish Summer Classes in Argentina

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 31, 2019.
IWO

בעת די פֿאַראייניקטע שטאַטן לײַדן פֿונעם קעלטסטן ווינטער אין עטלעכע דורות, איז אין אַרגענטינע איצט זומער־צײַט. אַזוי ווי יעדער זומער, פֿירט דער בוענאָס־אײַרעסער „ייִוואָ‟ דורך אַ סעריע אינטענסיווע קורסן געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

די דרײַ שעהיקע קלאַסן, וואָס טרעפֿן זיך צען מאָל במשך פֿון די לעצטע צוויי וואָכן פֿעברואַר, נעמען אַרײַן אַ קורס פֿאַר אָנהייבער וואָס לייגט דעם טראָפּ אויפֿן רעדן, און אַ ליטעראַרישן סעמינאַר אויף ייִדיש מיט ד׳׳ר אַבֿרהם ליכטענבוים געווידמעט פֿינף ייִדישע שרײַבער וואָס זענען געווען אַקטיוו צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. אינעם סעמינאַר וועט מען זיך קאָנצענטרירן אויף די ווערק פֿון די הומאָריסטן משה נאַדיר און דער טונקעלער; באַשעוויס־זינגערס דערציילונגען וואָס נעמען אַרײַן עלעמענטן פֿונעם מאַגישן רעאַליזם; די לידער פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין, און די לידער פֿונעם פּאָעט און דראַמאַטורג משה פּינטשעווסקי, וואָס שילדערן די טעמעס איבערוואַנדערונג און מיגראַציע.

אַחוץ די אויבן־דערמאָנטע אינטענסיווע קלאַסן, וועט סילוויאַ האַנסמאַן אָנפֿירן מיט אַ סעריע וואַרשטאַטן וועגן דער ייִדישער גראַמאַטיק. אינעם ערשטן וואַרשטאַט וועט מען אַרומרעדן ייִדישע סובסטאַנטיוון, אינעם צווייטן — ציפֿערן און ווערטער פֿאַרבונדן מיט מעסטונגען און אין נאָך אַ וואַרשטאַט — די מאָרפֿאָלאָגיע פֿון ייִדישע ווערבן.

די קלאַסן הייבן זיך אָן מאָנטיק, דעם 18טן פֿעברואַר, און גייען אָן ביז פֿרײַטיק, דעם ערשטן מאַרץ.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט: info@iwo.org.ar.