דעם 17טן פֿעברואַר מערקט מען אָפּ אין אייראָפּע דעם „וועלטטאָג פֿון קעץ‟, הגם דער „אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָנד פֿאַר חיות־וווילזײַן‟ האָט באַשטימט אַן אַנדער דאַטע: דעם 8טן אויגוסט. אין פֿאַרשיידענע לענדער זענען אויך פֿאַראַן אייגענע נאַציאָנאַלע קעצטעג.
די אייראָפּעיִשע טראַדיציע צו פּראַווען דעם „קאַצטאָג‟ – דער עיקר, אין שײַכות מיט שוואַרצע קעץ – שטאַמט פֿון איטאַליע, ווי אַ מין תּשובֿה־זשעסט פֿאַר די אַכזריותדיקע מעשׂים פֿון דער אַמאָליקער קאַטוילישער אינקוויזיציע, וועלכע האָט במשך פֿון הונדערטער יאָרן פֿאַרברענט אומצאָליקע שוואַרצע קעץ, כּלומרשט פֿאַר זייער פֿאַרבינדונג מיטן טײַוול. איטאַליע איז אויך באַקאַנט ווי אַ לאַנד פֿון מער ווי 2.5 מיליאָן קעץ אָן אַ הײם; דעם 17טן פֿעברואַר אָרגאַניזירט מען דאָרטן פֿאַרשיידענע אויסשטעלונגען, קאָנפֿערענצן, שפּײַז־פֿאַרשפּרייטונגען און אַנדערע אונטערנעמונגען לטובֿת די פֿיר־פֿיסיקע טשיקאַווע פֿרײַנד פֿון מענטשן.
קיין לוסטיקע פֿעסטיוואַלן און חסד־איניציאַטיוון קאָנען אָבער נישט העלפֿן, ווען בײַ עמעצן אין שטוב שטאַרבט די באַליבטע קאַץ. אַזאַ אומגליק איז טאַקע געשען די פֿאַרגאַנגענע וואָך מיט מײַנעם אַ חבֿר אין אַמעריקע. געהאַט דורכגעמאַכט דעם לאַנגן וועג פֿון ארץ־ישׂראל קיין ניו־יאָרק, איז זײַן שוואַרצער קאָטער געווען אַ חשובֿער גאַסט בײַ יעדער שבתדיקער און יום־טובֿדיקער סעודה, און איצט נישט דערלעבט דרײַ חדשים ביז 19 יאָר. דער חבֿר מײַנער האָט אים געוווּנטשן צו טרעפֿן זײַן אַלטן פֿרײַנד – אַ הונט, מיט וועלכן זיי זענען מיטגעפֿלויגן צוזאַמען פֿון ארץ־ישׂראל – אין זייער חייִשן גן־עדן.
בײַ אַ סך פֿרומע ייִדן קלינגט אַזאַ וווּנטש, צום באַדויערן, גאַנץ פֿרעמד און „גוייִש‟. מאַלע וואָס, אַ קאַץ געפּגרט! נישט איין מאָל האָב איך שוין געהערט, ווי פֿרומע ייִדן לאַכן אויס די „נאַרישע גויים‟, וואָס באַערדיקן זייערע שטובֿ־חיות מיט אַ גאַנצער קבֿורה־צערעמאָניע.
נישט נאָר בײַ ייִדן געפֿינען זיך אַזעלכע מענטשן, וואָס קוקן מיט אַ חשד אויף אַזאַ באַציִונג. נישט ווײַט פֿונעם אָרט אין רוסלאַנד, וווּ איך וווין, האָט דער עולם געשאַפֿן אין אַ וועלדל אַ גאַנצן קעצישן און הינטישן צווינטער. אַ טייל קאָנסערוואַטיווע קריסטן טענהן, אַז ס׳איז נישט ריכטיק צו באַצירן עס מיט צלמים און בלומען.
אויף דער באַקאַנטער קירובֿ־וועבזײַט Ash.com, וווּהין עס ווענדן זיך אַ סך בעל־תּשובֿות מיט פֿאַרשיידענע פֿראַגעס, האָט אַ רבֿ מיט אַ שנײַדנדיקן טאָן געפּסקנט, אַז ניין – די נשמה פֿון חיות גייען צוזאַמען מיט זייערע קערפּערס אין דער ערד.
איז עס טאַקע אמת? נישטאָ קיין „קעצישער גן־עדן‟? נישט לאַנג צוריק האָב איך אָנגעשריבן אַן אַרטיקל וועגן דעם ספֿר „פּרק־שירה‟, וווּ עס ווערט באַטאָנט, אַז אַלע באַשעפֿענישן אין דער וועלט לויבן דעם באַשעפֿער אויף זייער אייגענעם אופֿן. אויב אַזוי, האָבן זיי דאָך אַ שטיקל נשמה, אַ שײַכות צו רוחניות?
להיפּוך צום געוויינטלעך נעגאַטיוון ענטפֿער פֿון די הײַנטיקע רבנים, האָט ר’ סעדיה גאָון באַטאָנט, אַז די בעלי־חיים באַקומען אויך אַ שׂכר פֿאַר זייערע ליידן אין עולם־הזה. זײַענדיק אַ גרויסער חכם, וועלכער האָט זיך באַצויגן מיט אַ בפֿירושן אינטערעס צו דער איסלאַמישער פֿילאָסאָפֿיע, איז ער מסכּים אין דעם פֿאַל מיט געוויסע מוסולמענישע דענקער.
אין דער אַשכּנזישער וועלט, האָט רבי יהודה החסיד אַרויסגעזאָגט אַן ענלעכן געדאַנק. אַפֿילו אַ קלאָץ, אויף וועלכן אַ מענטש שטויסט זיך אָן, וועט אָפּגעבן אַ חשבון – שוין אָפּגערעדט פֿון לעבעדיקע באַשעפֿענישן, וואָס האָבן געטאָן אַ מענטשן אַ טובֿה. אין דײַטשלאַנד, וווּ דער מחבר פֿון „ספֿר חסידים‟ האָט געוווינט, האָבן געוויסע אָרטיקע נישט־ייִדישע דענקער באַמערקט נאָך אַ זאַך. אין ביבלישע שילדערונגען פֿון יענער וועלט פּאַשען זיך פֿאַרשיידענע חיות און בהמות. פֿון וואַנען נעמען זיי זיך אין גן־עדן? אַפּנים, פֿון אונדזער זינדיקער ערד!
אין די ווײַט־מיזרחדיקע טראַדיציעס גלייבט מען בכלל, אַז יעדע חיה קאָן דורכן געווירבל פֿון גילגולים ווערן אינעם קומענדיקן לעבן אַ מענטש צי גאָר אַ מלאך, כאָטש אַ מענטש קאָן אויך, נעבעך, ווערן אַ חיה. אינעם חסידישן פֿאָלקלאָר זענען פֿאַראַן אַ סך אַזעלכע געשיכטעס. אין אַ גאַנצע ריי קבלה־ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז דער גאַנצער וועלטבאַשאַף, אַרײַנגערעכנט די חיות, וועט צום סוף דערגרייכן דאָס געטלעכע ליכט.
בקיצור, איידער מע הייבט אָן צו פּסקענען „ניין, להבֿדיל!‟, איז וויכטיק זיך צו דערמאָנען, אַז מיר ווייסן גאָר ווייניק פֿונעם באַשעפֿערס מיסטעריעזע וועגן – בפֿרט ווען עס קומט צו אַ מיסטעריעזער בריה זײַנער, ווי אַ קאַץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.