דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק, דעם 8טן פֿעברואַר, איז אין דער אָנגעזעענער פּעטערבורגער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון וולאַדימיר מאַיאַקאָסווקי פֿאָרגעקומען אַ פּרעזענטראַציע פֿון אַרטיאָם קירפּיטשענאָקס נײַ בוך „די פֿאָלק־געשיכטע פֿון ישׂראל‟. די אונטערנעמונג האָט צוגעצויגן אַ צאָל געלערנטע מענטשן, און נישט בלויז ייִדן.
די ביבליאָטעק פֿונעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער האָט געבעטן מע זאָל איר שיקן עטלעכע עקזעמפּלאַרן פֿון בוך — אַ חידוש, ווײַל ד״ר קירפּיטשענאָק איז אַ טראָצקיסט, באַקאַנט ווי אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון ציוניזם. למעשׂה, איז דאָס בוך אַ באַלערנדיקער און געראָטענער אַפֿילו פֿאַר די רעכט־געשטימטע ציוניסטן. אין פֿאַרגלײַך מיט די אומצאָליקע ביכער וועגן דער פּאַלעסטינער אָקופּאַציע, פּאַלעסטינער נאַציאָנאַלער קאַטאַסטראָפֿע, בלאָקאַדע פֿון עזה, וכּדומה, פֿאַרנעמט די טעמע פֿון די פּאַלעסטינער אַ רעלאַטיוו קליינעם פּלאַץ אין קירפּיטשענאָקס בוך.
דער מחבר — אַ פּראָפֿעסיאָנעלער היסטאָריקער מיט אַ דאָקטאָראַט פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיסעט אין ירושלים, קריטיקירט סײַ די בריטישע מאַכט, סײַ די ציוניסטן, סײַ די רוסישע עולים. אין אַ לעבעדיקן סטיל באַצייכנט ער די סיכסוכים צווישן די אַשכּנזים אין מיזרחדיקע ייִדן, די ליידן פֿון די תּימנער און איראַנישע ייִדן און די מעלות און חסרונות פֿון דער קיבוץ־באַוועגונג. אַ ממשותדיקער טייל איז געווידמעט דער ראַדיקאַל־לינקער אָרגאַניזאַציע „מצפּן‟ („קאָמפּאַס‟).
מיט גוטע היסטאָרישע בײַשפּילן ווײַזט ד״ר קירפּיטשענאָק, אַז די אַנטי־חרדישע שׂינאה אין ישׂראל דערמאָנט, צו באַדויערן, אין די אַנטיסעמיטישע שטימונגען פֿון „ציוויליזירטע‟ דײַטשישע ייִדן צו זייערע שטעטלדיקע ברידער פֿון מיזרח־אייראָפּע. זיי טראָגן „משונהדיקע‟ מלבושים, זיי וווינען פֿאַרמאַכט אין זייערע געטאָס אין מערבֿדיקע לענדער, זיי רעדן נאָך אַלץ אויפֿן „פֿאַרקריפּלטן דײַטשישן זשאַרגאָן‟, צום גאַנצן ציוניסטישן פּראָיעקט באַציִען זיי זיך אָדער מיט אַ טיפֿן חשד, אָדער איגנאָרירן עס, לעבנדיק מחוץ דעם וועלטלעכן „ייִדישן עסטאַבלישמענט‟.
אין דער קליינער הקדמה פֿון מיכאַיִל מגיד, אַ צווייטער באַקאַנטער רוסיש־רעדנדיקער קריטיקער פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, דערמאָנט ער די ווערטער פֿון מײַנער אַ בלאָג־נאָטיץ אויף רוסיש וועגן דעם גרויסן חילוק צווישן ארץ־ישׂראל — דאָס אוניקאַלע הייליקע לאַנד — און די אָרטיקע פּאָליטישע סיכסוכים, וואָס האָבן נישט קיין שײַכות צו רוחניות.
איין באַשײַמפּערלעכן חסרון מוז איך אָבער דערמאָנען. קירפּיטשענאָקס בוך לייענט זיך גרינג, איז פֿול מיט ציטאַטן און באַלערנדיקע פֿאַקטן, אָבער ווי באַלד אין דער הײַנטיקער ביכער־אינדוסטריע איז כּמעט אָפּגעשטאָרבן די פּראָפֿעסיע פֿונעם קאָרעקטאָר, טרעפֿן זיך דאָרטן אויסטערלישע גרײַזן. האָפֿנטלעך, וועט די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון דער מעדיאַ־טעכנאָלאָגיע פֿאַרבעסערן די אויטאָמאַטישע קאָרעקטור־פּראָגראַמען, וואָס פֿאַרנעמען הײַנט דאָס אָרט פֿונעם אַמאָליקן „בחור הזעצער‟.
נישט געקוקט אויפֿן שאַרפֿן טאָן, פֿילט זיך אינעם בוך אַ סימפּאַטיע און אַפֿילו לײַדנשאַפֿט צום לאַנד, וווּ דער מחבר האָט אָפּגעוווינט אַ סך יאָרן און פֿאָרט כּסדר אַהין. וווינען וווינט ער איצט אין רוסלאַנד. דאָס בוך איז געווידמעט דעם קומענדיקן 70סטן יוביליי פֿון מדינת־ישׂראל. דער נאָמען פֿון קירפּיטשענאָקס ווערק האָט אַ דירעקט שײַכות צו האָוואַרד זינס גוט באַקאַנטן קריטישן בוך A People’s History of the United States. אַזוי ווי קירפּיִטשענאָק, האָט זין ליב געהאַט אַמעריקע, אָבער האָט שאַרף קריטיקירט זײַן לאַנד.
אינעם שמועס מיט מיר, האָט דער ישׂראליש־רוסלענדישער היסטאָריקער איבערגעגעבן, אַז ער פּלאַנירט אָנצושרײַבן אַ נײַ בוך, וואֶָס וועט קלינגען נאָך נענטער צו האָוואַרד זינס סטיל.
אויף וויפֿל ד״ר קירפּיטשענאָק ווייסט, זענען אַזלעכע ביכער וועגן ישׂראל נישטאָ נישט אויף ענגליש, נישט אויף העברעיִש. די ישׂראלדיקע „נײַע היסטאָריקער‟ פֿאָקוסירן אויף ספּעציפֿישע טעמעס, געוויינטלעך אויף די פּראָבלעמען פֿון די פּאַלעסטינער. אויף ענגליש זענען שוין פֿאַראַן אומצאָליקע אַנטי־ און פּאָסט־ציוניסטישע פֿאָרשונגען מכּל־המינים, אָבער געוויינטלעך קלינגען זיי צו אַקאַדעמיש, נישט פּאַסיק פֿאַרן ברייטן עולם אָדער פֿול מיט נודנע גוזמאדיקע לאָזונגען.
דער געדאַנק נאָכצופֿאָלגן האָוואַרד זין — אַן עכטער היסטאָריקער, וועלכער האָט געשריבן פּראָפֿעסיאָנעל, אָבער פּשוט און צו דער זאַך — איז, מסתּמא, טאַקע אַ הצלחהדיקע אידעע. וואָס שייך דער ציל־אוידיטאָריע, האָפֿט קירפּיטשענאָק צוצוציִען סײַ דעם ייִדישן, סײַ דעם אַלגעמיינעם רוסישן עולם. אין רוסלאַנד צירקוליקן אָפֿט פֿאַרקרימטע אימאַזשן פֿון מדינת־ישׂראל. די שילקראָמען אין רוסלאַנד זענען, צום באַדויערן, אָנגעשטאָפּט מיט דערעסנדיקער רעכט־געשטימטער ציוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע. אַ בוך, וואָס קלינגט שאַרף קריטיש, אָבער איז פֿאָרט סימפּאַטיש און באַלאַנסירט, קאָן זיכער געפֿינען אַ סך נײַגעריקע לייענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.