לעצטנס האָבן חיימי עלמאָן און לייזער באַטאַליאָן אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם עפּיזאָד פֿון זייער פּאָפּולערער ייִדיש־שפּראַכיקער ווידעאָ־סעריע „ייִדלײַף־קריזיס‟ לכּבֿוד דעם װאַלענטין־טאָג.
להיפּוך צום קאַפּיטל מיט דער באַרימטער קאָמיקערין מים ביאַליק וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט לכּבֿוד דער זעלביקער חגא מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט דער דאָזיקער עפּיזאָד גאָרניט צו טאָן מיט ראַנדקעס אָדער ראָמאַנס, נאָר מיט אַ פּראָבלעם וואָס קען אַרויסקומען דערפֿון — קראַנקייטן וואָס פֿאַרשפּרייטן זיך דורך סעקס.
חיימי לײַדט, אַ פּנים, פֿון טריפּער אָדער עפּעס ענלעכס, און וויל אַנטלויפֿן פֿונעם מאָנטרעאָלער ייִדישן שפּיטאָל, ווײַל ער האָט שטאַרק מורא פֿאַר נאָדלען. זײַן געטרײַער חבֿר, לייזער, וואָס האָט אים דאָרטן געבראַכט, פֿילט זיך אין שפּיטאָל ווי בײַ זיך אין דער היים. דאָרטן איז ער געבוירן געוואָרן, דאָרטן האָט מען אים געמאַכט דעם ברית (דווקא אין אַ „ברית־צימער,‟ פֿאָרט אַ ייִדישער שפּיטאָל!) און דאָרטן האָט מען אים געהיילט זײַנע אַנדערע קראַנקייטן, סײַ די עכטע, סײַ די אויסגעדאַכטע.
בעת לייזער האַלט אין איין רעדן וועגן די מעלות פֿונעם ייִדישן שפּיטאָל און וואָס זי טוט אויף פֿאַר גאַנץ מאָנטרעאָל, הייבט חיימי, דער פֿאַרברענטער אַטעיִסט, אָן צו מורמלען תּהילים. דאָס רופֿט אַרויס אַ דעבאַטע וועגן גאָט, בטחון און ייִדישקייט בכלל. דער שפּיץ פֿון דער סצענע איז איינער פֿון די בעסטע מאָמענטן פֿון דער גאַנצער סעריע.
אַזוי ווי בײַם פֿריִערדיקן עפּיזאָד, צייכנט זיך אויס דער דאָזיקער קאַפּיטל מיט זײַן רײַכן לשון – אַ סימן פֿון דער פֿעיִקײט פֿון דער ייִדיש־קאָנסולטאַנטקע פֿון דער פּראָגראַם, רבֿקה אויגענפֿעלד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.