װי אַ זינגערין פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער האָב איך שטאַרק הנאה זיך צוצוהערן צו די פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון אַמאָליקע ייִדישע פֿאָלקסזינגער און צו באַקענען דעם ברײטן עולם מיט יענע לידער.
מיט דער צײַט האָב איך אָבער באַשלאָסן אַז לשם אויטענטישקײט איז נישט גענוג אַלײן צו זינגען די לידער; דער צוהערער דאַרף אויך הערן די אָריגינעלע רעקאָרדירונגען. אַ סך פֿון די אַלטע לידער זענען אונדז הײַנט באַקאַנט אַ דאַנק צװײ עטנאָמוזיקאָלאָגן, סאָפֿיאַ מגיד און משה בערעגאָװסקי, װאָס זענען צװישן די יאָרן 1928 און 1941 געפֿאָרן איבער די שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע און רעקאָרדירט די פֿאָלקסלידער אויף װאַקס־צילינדערס. אין 2008 האָט מען די אָ זאַמלונג, סוף־כּל־סוף, געמאַכט צוטריטלעך צום ברײטן עולם.
דערפֿאַר גיבן מיר איצט אַרויס קאָמפּאַקטלעך װוּ מיר װעבן צונויף דאָס געזאַנג פֿון יענע אַמאָליקע פֿאָלקסזינגערס מיט אונדזערע אײגענע קולות, ממש װי מיר װאָלטן דאָס ליד געזונגען אין איינעם!
צום באַדויערן װײסן מיר נישט קיין סך װעגן יענע זינגערס. אײנע פֿון זײ, בתיה (אַרויסגערעדט „באַסיע‟) פֿײלער שיימיס, אַ פֿאָלקסזינגערין פֿון מערבֿ־אוקראַיִנע מיט אַן אויסערגעװײנטלעכער שטימע, האָט מיך ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט. מיט דער הילף פֿון דער ישׂראלדיקער גענעאָלאָגין עיינה קימרון און די גבֿיות־עדות בײַ יד־ושם האָב איך געפֿונען אָפּשטאַמיקע פֿון בתיהס משפּחה אין אויסטראַליע און זיך פֿאַרבונדן מיט אַן אור־פּלימעניצע אירער – אַלאַ גענינסאָן און איר מאַן, איגאָר. צום גליק האָט דאָס פּאָרפֿאָלק שוין געװוּסט געװיסע פּרטים פֿון בתיהס לעבן אַ דאַנק אַלאַס פֿאַרשטאָרבענער מאַמען, מאַניע שיימיס, װאָס איז געװען בתיהס פּלימעניצע. ביזן סוף פֿון איר לעבן האָט מאַניע יעדן יום־כּיפּור צו יזכּור רעציטירט איר מומעס נאָמען.
װי עס זעט אויס איז בתיה געבוירן געװאָרן אין 1906 אין אַ שטעטעלע אינעם שעפּעטאָװסקער ראַיאָן פֿון אוקראַיִנע, בײַ יאַנקל און שׂרה פֿײלער. זי האָט געהאַט זיבן ברידער און שװעסטער, װאָס ס’רובֿ פֿון זיי האָבן יונגערהײט שוין אַרויסגעװיזן אַ טאַלאַנט צום זינגען. איר ייִנגערער ברודער אלי האָט געקענט אַ סך ייִדישע לידער און האָט אָפֿט פֿאַרװײַלט די משפּחה און פֿרײַנד בעת זײערע שׂימחות.
מע קען זיך שוין פֿאָרשטעלן די גדולה אין שעפּעטאָװסקע װען די מוזיקאַלישע עטנאָלאָגין סאָפֿיע מגיד איז אַהין אָנגעקומען דעם 13טן אויגיסט 1928 מיט צילינדרישע פֿאָנאָגראַפֿן כּדי צו רעקאָרדירן די אָרטיקע ייִדישע לידער. מסתּמא האָט אַרום איר זיך פֿאַרזאַמלט אַ גרויסער עולם און מע האָט זי גלײַך באַקענט מיט דער 22־יאָריקער בתיה צוליב איר פּרעכטיקער שטימע און װײַל זי האָט שוין געהאַט אויפֿגעטראָטן אין אַן אַמאַטאָרישן טעאַטער.
בתיה האָט מסתּמא געהאַט אַ ברײטן רעפּערטואַר װײַל זי האָט סאָפֿיען אויסגעזונגען 10 לידער. פֿון דער אַלטער רעקאָרדירונג קען מען נאָך הערן איר שטאָלץ לעבנספֿרײדיק קול, װי זי זינגט מיט האַרץ און געפֿיל װעגן ליבע, פּאָגראָמען און מלחמה. איין ליד זינגט זי מיט שלמה (אַרויסגערעדט „שלײמע‟) גאָכמאַן. די אַנדערע זינגער אין דער רעקאָרדירונג זענען פֿאַניע נירקע, מאַריאַ קעסלמאַן און איטאַ גאַלער.
בתיה האָט חתונה געהאַט מיט מיקאַ שײמיס. זײער בכור, איסאַק, איז טראַגיש אומגעקומען אין אַן אויטאָ־אַקצידענט אין 1930. אין 1941 איז בתיה, מסתּמא אַ טראָגעדיקע, אַנטלאָפֿן קיין דרום־רוסלאַנד װוּ זי האָט געהאַט אַ מײדעלע, מאַניע. אין אײנעם מיט אירע עלטערן איז בתיה אָנגעקומען אינעם דאָרף קראַסנע. מיקאַ האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער רויטער אַרמײ אָבער װאָס ס’איז פֿון אים געװאָרן װײסן מיר נישט.
זומער 1942 איז קראַסנע אַרײַנגעפֿאַלן אין דײַטשע הענט און בתיה מיט איר מײדעלע זענען דערהרגעט געװאָרן. אין 1945 האָבן די פֿאַרבליבענע קרובֿים זיך אומגעקערט קיין שעפּעטאָװקע און אָנגעהויבן פֿון ס’נײַ.
בתיהס געשיכטע איז טאַקע געװען אַ טראַגישע און טאַקע דערפֿאַר רירט עס מיך שטאַרק װאָס אַזוי פֿיל יאָרן שפּעטער באַמיט מען זיך אויפֿצולעבן די אַלטע ייִדישע לידער און צו באַקענען דעם פּובליקום מיט זײער רײַכקײט און שײנקײט.
אינגע מאַנדאָס איז די זינגערין אין דער קאַפּעליע, WAKS-Ensemble, װוּ זי װערט באַגלײט פֿון האַנס־קריסטיאַן יעניקע (פֿידל) און קלעמענס קאַץ (פּיאַנע, אַקאָרדיאָן און האַרמאָניעס)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.