איך בין שוין געזעסן אויף מײַן אָרט אין עראָפּלאַן, דאָס מיטלסטע זיצל. אַ מאַן איז געזעסן לעבן מיר אויף דער לינקער זײַט, בײַם דוכגאַנג. ס’איז שוין געווען שפּעט און דאָס אָרט בײַם פֿענצטער איז נאָך געווען ליידיק. גוט! האָב איך געטראַכט. באַלד וועל איך זיך קענען איבעררוקן און זיצן בײַם פֿענצטער.
פּונקט דעמאָלט דערנענטערט זיך דער סאַמע לעצטער פּאַסאַזשיר: אַ קורצע, שװער־װאָגיקע פֿרוי מיט עטלעכע פּעקלעך אין די הענט. שווייס גיסט זיך פֿון איר פּנים און זי סאָפּעט פֿון אײַלעניש. כ’האָב געוווּסט ווי איך ווייס אַז די זון גײט אויף אין דער פֿרי אין מזרח אַז דווקא זי וועט מוזן איבער מיר אַריבערקלעטערן צום אָרט בײַם פֿענצטער. ווען די פֿרוי האָט זיך אָפּגעשטעלט בײַ מײַן ריי און דער מאַן לעבן מיר האָט דאָס דערזען האָט ער געעפֿנט זײַן שיצפּאַס, זיך אויפֿגעשטעלט און געמורמלט: „פֿאַר וואָס קענען מענטשן נישט קומען צו דער צײַט?“
די פֿרוי איז אַליין געווען זייער אויפֿגערעגט און האָט געהאַלטן אין איין זיך אַנטשולדיקן, אַ סימן אַז זי וויל איך זאָל זיך אויך אויפֿשטעלן, אָבער כ’האָב דאָס נישט געקענט טאָן אַזוי גיך ווײַל מײַן גרויסער טאַש איז געלעגן בײַ די פֿיס, און איך וואָלט זיך געדאַרפֿט אײַנבייגן כּמעט אין דער העלפֿט אים אַרונטערצושטופּן אונטערן זיצאָרט אינעם ריי פֿאַר מיר. ווען איך וואָלט געהאַט צײַט וואָלט איך דאָס אַוודאי געטאָן. כ’וואָלט אַלץ אַוועקגערוקט, אָבער מ’האָט שוין געהאַט געמאָלדן אַז אַלע פּאַסאַזשירן זאָלן זיך זעצן און פֿאַרשליסן די שיצפּאַסן. מיט אויסגעגלאָצטע אויגן האָט די פֿרוי מיך אָנגעקוקט און מײַן טאַש אָנגעקוקט און מיט אויגן שמאָל מיט עקשנות באַשלאָסן אַז ווי עס זאָל נישט זײַן וועט זי אין איין סעקונדע זיצן אויף איר אָרט. כ’האָב זיך אַזש דערשראָקן ווען זי האָט מיטן ווילדן געשריי פֿון אַ סומאָ ראַנגלער זיך געגעבן אַ לאָז אויף מיר, פּרוּוונדיק זיך דורכצוקוועטשן דאָס שמאָלע אָרט. מיטן פּנים צו מיר, און מײַנע קניִעס אין איר בויך, האָבן נישט זי און נישט איך זיך געקענט רירן. אַ סטואַרדקע איז צוגעלאָפֿן העלפֿן. זי האָט געשטופּט די פֿרוי פֿון איר זײַט. דערװײַל האָב איך געפּרוּווט נעמען דער פֿרויס פּעקלעך און דעם טאַש כּדי אַוועקצולייגן זײ אויפֿן זעצל, האָט זי דווקא נישט געלאָזט, זאָגנדיק: ”נעמט אַוועק די הענט פֿון מײַנע זאַכן!“
דערבײַ האָט זי געגעבן אַזאַ מאַך מיט דער רעכטער האַנט אַז דער אַרבל פֿון איר מאַנטל האָט מיר געגעבן אַ פֿראַסק אין פּנים. די סטואַרדקע איז אַװעק זאָגן דעם פּילאָט אַז מיר זענען נאָך נישט גרייט צו פֿליִען און דער מאַן, וואָס איז געשטאַנען אין דורכגאַנג האָט אויך געפּרוּווט העלפֿן. ער האָט אָנגעהויבן רעדן מיט אַ װײכן טאָן צו דער פֿרוי כּדי זי צו באַרויִקן און איך האָב באַלד פֿאַרשטאַנען אַז ער איז פֿעיִק בײַ דעם. מסתּמא האָט ער פּראַקטיק בײַם באַרויִקן מענטשן װאָס סטראַשען זיך צו נעמען דאָס לעבן, זײ זאָלן נישט חלילה אַראָפּשפּרינגען פֿון בנין אָדער פֿון אַ בריק אין װאַסער אַרײַן.
”אפֿשר קען איך אײַך העלפֿן דאָ? מעג איך בײַ אײַך נעמען דעם מאַנטל? אָט אַזוי, נעמט דעם טאַש אין דער לינקער האַנט. יאָ, גוט… פּונקט אַזוי, מאַדאַם. גיט אַ טראָט מיטן רעכטן פֿוס צום פֿענצטער און אין דער זעלביקער צײַט גיט זיך אַ ביסל אַ קער רעכטס ־ אויב איר קענט.“
איר טאַש איז געפֿאַלן אויף איר זיצאָרט און די פּלאַסטישע טאָרבעס ־ צו מיר אין שויס, בשעת זי האָט זיך אָנגעהאַלטן אינעם אָנלען פֿונעם פּאַסאַזשיר אין דער ריי פאַר אונדז.
”מעג איך אײַך נאָך אַ ביסל העלפֿן?“ האָט דער מאַן געפֿרעגט און, נישט װאַרטנדיק אויף קיין ענטפֿער, גיט ער איר אַ פֿעסטן שטופּ אין דער פּלייצע, און זי איז אַרײַנגעפֿאַלן האַלב אין איר זיצפּלאַץ און האַלב אויפֿן אָרעמלען, מאַכנדיק דערבײַ אַ קלאַנג ווי די לופֿט װאָלט זיך מיט אַ מאָל אַרויסגעלאָזט פֿון אַן אָפּאָנע. ער האָט זיך צוריק אַוועקגעזעצט אויף זײַן אָרט, צוגעמאַכט זײַן שיצפּאַס ־ און די אויגן.
”כאַפּ קודם־כּל אָפּ דעם אָטעם,“ האָב איך איר געעצהט.
”דאַכט זיך, אַז איך זיץ אויף מײַן טאַש,‟ האָט די פֿרוי געזאָגט. „ווי קען דאָס זײַן? איך האָב אים די גאַנצע צײַט געהאַלטן אין דער האַנט. נו, אַ דאַנק דעם אייבערשטן וואָס יענער האָט אים בײַ מיר נישט צוגעגנבֿעט.“ זי האָט געוויזן אויפֿן װוילן מאַן װאָס האָט איר ערשט געהאַט געהאָלפֿן. דערנאָך האָט זי געזען אירע פּעקלעך בײַ מיר אויפֿן שויס און זיי אַװעקגעכאַפּט מיט ביידע הענט. ”די זײַנען מײַנע זאַכן!“ האָט זי אויסגערופֿן און גענומען איבערלייגן די פּעק, איינער אינעם צװײטן ביז ס’איז דערפֿון געװאָרן בלויז איין פּאַק.
ווען די סטואַרדקע איז צוריקגעקומען האָט זי דערזען ווי אַלע זיצן שוין מיט די שיצפּאַסן פֿאַרמאַכט, האָט זי אַ צופֿרידענע אָפּגעאָטעמט און געמאָלדן איבערן הילכער אַז מע שליסט איצט די טירן און מע װעט אין גיכן אָפּפֿליִען. ”האָט איר געזען ווי ער האָט מיך געגלעט און געשטויסט?“ האָט די פֿרוי צו מיר געשושקעט. ”ווער?“
”דער,“ האָט זי מיט דער גאָמבע געפּרוּװט טײַטלען. ”דער װאָס זיצט לעבן דיר. איך וועל אים נאָך לאָדן אין געריכט. איר וועט זײַן מײַן עדות, יאָ? איר האָט דאָך אַלץ געזען.“
”איך? וואָס האַב איך דען געזען? געזען האָב איך אַז ער האָט זיך שטאַרק באַמיט אײַך צו העלפֿן.“ און איך האָב געפּרוּװט רעדן צו איר מיטן זעלבן איידעלן טאָן װאָס ער האָט מיט איר געניצט. ”ער האָט גאָרנישט קרום געטאָן. איר זײַט פּשוט געווען אַ ביסל אויפֿגערעגט… אָבער איצט איז אַלץ אין אָרדענונג, ניין? דער עראָפּלאַן הייבט זיך שוין און דער וועטער איז גוט. האָט איר געהערט װי דער פּילאָט זאָגט אַז מיר וועלן אָנקומען צו דער צײַט כאָטש מיר האָבן זיך דאָ אַ ביסל פֿאַרהאַלטן?“
”צײַט־שמײַט! איך רעד קלאָץ, רעדט איר בוידעם. ער האָט מיך געגלעט און געטאַפּט און געשטופּט אַהין און אַהער… ס’איז שוין מער נישט װי יענע אַלטע צײַטן ווען אַ מאַן קען טאָן וואָס ער וויל צו אַ פֿרוי אָן שום קאָנסעקװענצן. ניין! מער נישט! אַלע וועלן וועגן דעם שוין וויסן. עס וועט זײַן אין אַלע צײַטונגען.‟
װאָס מער זי האָט גערעדט אַלץ מער צעקאָכט איז זי געוואָרן. ”איר וועט מוזן זאָגן דעם ריכטער אַלץ! מיך אַליין וועט מען נישט גלייבן. איך דאַרף האָבן כאָטש איין עדות.“
ווען כ’האָב געשאָקלט מיטן קאָפּ אויף ניין, האָט זי מיר געקוקט גלײַך אין די אויגן. זי האָט פֿאַרזשמורעט די אויגן, איר שטערן איז געמאַרשטשעט געוואָרן און אירע ברעמען האָבן זיך כּמעט געטראָפֿן איבער דער נאָז. ”אַהאַ!‟ האָט זי געזאָגט. „איר זײַט זײַן ווײַב! איר זענט קאָלאַבאָראַטאָרן! ער האָט בײַ מיר געװאָלט צונעמען דעם טאַש און מײַנע פּעקלעך זײַנען געלעגן אויף אײַער שויס…“
אירע רייד האָבן מיר אָפּגענומען דאָס לשון. כ’האָב זיך געפֿילט װי איך שפּיל אין עפּעס אַ מאָדנעם פֿילם, אַ פּאַיאַצישע קאָמעדיע, אָבער דעם סקריפּט האָב איך בכלל נישט געקענט. וואָס טו איך איצט? די סצענע האָט זיך נישט גוט אָנגעהויבן און ווערט צו יעדער מינוט נאָך מער אויסטערליש. געוויינטלעך ווען איך ווייס נישט וואָס צו טאָן נעם איך עפּעס עסן. דאָס גיט די הענט וואָס צו טאָן און גיט מיר צײַט צו טראַכטן. האָב איך אומבאַװוּסטזיניק געפּרוּװט אַרויסנעמען פֿון טאַש אַן אָפּגעשיילטן עפּל. ווען איך פֿאָר וווּ עס זאָל נישט זײַן גרייט איך זיך תּמיד אָן עפּעס צו עסן און מיר געפֿעלט זייער פֿודזשי עפּל. ווען די פֿרוי האָט געזען אַז איך וויל עפּעס אַרויסנעמען פֿון טאַש איז זי געוואָרן זייער נערוועז. ”װאָס טוט איר?“ האָט זי כּמעט געשריגן. כ’האָב דערפֿילט ווי די פֿרוי גײט אָט־אָט אַראָפּ פֿון די רעלסן און בײַ מיר אין דמיון האָט זיך אַזאַ סצענע אויסגעשפּילט: זי הייבט מיך אָן שלאָגן; זי שרײַט און איך שרײַ און די סטואַרדקעס קענען זי נישט באַרויִקן און ס’ווערט אַ צעקאָכעניש בײַ די אַנדער פּאַסיזשערן ביז דער פּילאָט דאַרף אַראָפּלאָזן דעם עראָפּלאַן און לאַנדען. ווער ווייסט װוּ אין טימבאָקטו?!
די מעשׂה האָט זיך אָבער אויסגעלאָזט גאָר אַנדערש. ווען כ’האָב איר געוויזן דאָס פּלאַסטישע טאָרבעלע צעשניטענע רעפֿטלעך עפּל בײַ מיר אין דער אויסגעשטעקטער דלאָניע האָט זי מער נישט גערעדט װעגן פֿרויענרעכט, נאָר אין אַ שטילערן טאָן געזאָגט: ”און דאָס איז אַן אַנדער זאַך וואָס איך האָב פֿײַנט. מע גיט מער נישט קיין עסן אויף די פֿליִען. אויב מע וויל עפּעס עסן מוז מען באַצאָלן דערפֿאַר און די פּרײַזן וואָס מע מאָנט זענען אַ שרעק.“
כ’האָב שטיל און רויִק אָפּגעאָטעמט, פּאַמעלעך געעפֿנט דאָס טאָרבעלע און זי האָט אַ שטיקל עפּל אַרויסגענומען אָבער נישט אויפֿגעהערט צו רעדן. ”עפּל איז נישט קיין עסן. דאָס זעטיקט אַ מענטשן נישט אָן. אַ שטיקעלע עפּל האָט מען אויף איין צאָן.“ זי האָט גענומען אַ ביס און גלײַך אַריבער צו אַן אַנדער טענה; צום גליק – אין אַ מער נאָרמאַלן קול. ”מיר פֿלעגט געפֿעלן דאָס פֿליִען. מער נישט. איר זעט ווי מען קוועטשט אונדז אַלע אַרײַן אין אַזעלכע קליינע ערטער? מע קען אַפֿילו נישט אַראָפּלאָזן דעם אָרעמלען.“
זאָל איך איר ענטפֿערן, צי װײַטער שווײַגן? כ’האָב באַשלאָסן צו מאַכן אַן אָנשטעל אַז אַלץ איז ווי עס באַדאַרף צו זײַן און מיר שמועסן ווי צוויי נאָרמאַלע מענטשן.
”עס אַרט מיך נישט וואָס מע סערווירט מער נישט קיין עסן אויף די פֿליִען, ווײַל ווי איר זעט, ברענג איך זיך עפּעס מיט. ווילט איר אפֿשר נאָך אַ שטיקל עפּל?“
”וואָס זײַט איר, אַ געזונט־מאַניאַק? אײַך אַרט נישט וואָס מע קוועטשט אונדז אַרײַן אינעם עראָפּלאַן ווי הערינג אין אַ פֿאַס?“
”איך בין אַ קליין־געוווּקסענע, האָב איך, געלויבט דעם אייבערשטן, גענוג אָרט. אמת, אַ סך שטודיעס ווײַזן אַז הויכע מענטשן פֿאַרדינען בעסער אָבער מע זאָגט אויך אַז גוטע זאַכן קומען אין קליינע קעסטעלעך… פּונקט ווי בריליאַנטן.“
די פֿרוי האָט מיך גוט אָנגעקוקט און געזאָגט: ”איר זײַט אַ נאַר!“ און דערנאָך געפֿרעגט: ”צי האָט איר אפֿשר גערייכערט איינעם פֿון יענע קליינטשיקע, אַליין־געוויקלטע פּאַפּיראָסן? צי הייסט איר אפֿשר ‘פּאָליאַנע’? יענץ מיידל אין דעם אַלטן בוך וואָס זאָגט אַז די זון שײַנט אייביק? אָדער ווי וואָלטערס ‘קאַנדיד’ וואָס אַפֿילו ווען עס האַלט אים זייער שמאָל, זאָגט ער אַז בעסער קען נישט זײַן? … צי גײט בײַ אײַך נישט אַ מאָל מיט דער פּוטער אַראָפּ?…“
ס’האָט זיך מיר אָנגעהויבן צו מישן דער קאָפּ. איך זיץ לעבן אַ צעדרייטער פֿרוי, נאָר זי איז פֿאָרט אַ געלערנטע. זי רעדט דאָך פֿון פּאָליאַנע און וואָלטערס „קאַנדיד‟. זי וואָלט נאָך װײַטער גערעדט, אָבער ס’האָט זיך מיר נישט געגלוסט זיך אַרײַנלאָזן אין אַ פֿילאָסאָפֿישן שמועס מכּוח מײַן וועלטבאַנעם מיט אַ פֿרעמדער טשודאַטשקע, האָב איך הויך געגענעצט און איר געזאָגט, אַז איך בין מיד און מוז אויף אַ ווײַלע פֿאַרמאַכן די אויגן. די באַגעגעניש האָט מיך אויסגעמאַטערט. כ’האָב זיך געפֿילט ווי אַן אויסגעדרונגענע שמאַטע אָבער שלאָפֿן האָב איך נישט געקענט. צום גליק איז במשך פֿון דער לעצטער האַלבער שעה פֿונעם פֿלי שוין געווען שטיל. מיר האָבן נישט געמוזט לאַנדן אין טימבאָקטו און זענען אָנגעקומען אין ניו־יאָרק בשלום. אינעם טאַקסי האָב איך שוין יאָ אײַנגעדרעמלט.
שפּעטער ווען איך האָב געטראַכט וועגן דעם אינצידענט האָב איך געהאַט געמישטע געפֿילן: כ’האָב טאַקע רחמנות געהאַט אויף דער פֿרוי לעבן מיר אויף יענעם פֿלי װאָס האָט קענטיק געליטן פֿון עפּעס אַ גײַסטיקער קרענק, נאָר פֿונדעסטװעגן בין איך געווען צופֿרידן וואָס איך נעם תּמיד מיט זיך עפּעס צו עסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.