מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט לייזער בורקאָ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ לאַנגע רעצענזיע אויפֿן „אַרומנעמיקן ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך‟. דאָס דאָזיקע ווערק, וואָס איז אַרויס אין 2016, איז באַזירט אויף די לעקסישע זאַמלונגען פֿון ד״ר מרדכי שעכטער ז״ל. איין פּרט אין בורקאָס אַנאַליז, וואָס האָט מיך פֿאַרחידושט און אַרויסגערופֿן אַ באַגער דורכצופֿירן אַ קליינע פּערזענלעכע פֿאָרשונג, איז דאָס וואָרט „אַליטעראַציע‟.
דער מחבר באַמערקט, אַז צווישן ד״ר שעכטערס פֿאָרגעלייגטע נעאָלאָגיזמען טרעפֿן זיך כּסדר אַזעלכע ווערטער און אויסדרוקן, ווי „שטעכשטעקן‟, „גאָון־גולם‟, „פֿרויענפֿרײַ‟, „אַוועק ווי אַ טשערעדע טשערעפּאַכעס‟, „מיט חן און חניפֿה‟. אין זײַנע לעקסישע חידושים האָט ד״ר שעכטער ליב געהאַט אַזעלכע המצאות, וווּ דער ערשטער קאָנסאָנאַנט פֿון אַ וואָרט חזרט זיך איבער. הגם אַזאַ מיטל פֿון ווערטער־שאַפֿונג קאָן קלינגען קינסטלעך, גיט עס צו אַ געוויסן ריטעם צום טעקסט. אין פּאָעזיע איז דער דאָזיקער ריטמישער מעטאָד באַקאַנט ווי אַליטעראַציע.
ווי באַקאַנט, איז ייִדיש אַ שמעלצשפּראַך, אָבער פֿאָרט געהערט ער, בדרך־כּלל, צו דער גערמאַנישער גרופּע. ס׳איז אינטערעסאַנט און חידושדיק, אַז מרדכי שעכטער האָט זיך געווענדט צום עלטסטן מיטל פֿון פּאָעטישער שעפֿערישקייט, וואָס איז געווען ברייט פֿאַרשפּרייט מיט איבער טויזנט יאָר צוריק אין אַלט־ענגליש, אַלט־דײַטש און אַנדערע אוראַלטע גערמאַנישע לשונות. צוליב זייער גראַמאַטישער סטרוקטור, קלינגט די אַליטעראַציע אין זיי באַזונדערס נאַטירלעך, הגם זי דינט אויך ווי דער הויפּטמיטל פֿון פּאָעטישער שיינקייט; צום בײַשפּיל, אינעם פֿינישן עפּאָס „קאַלעוואַלע‟.
צי קענען מיר געפֿינען אַלטע בײַשפּילן פֿון אַליטעראַציע אין דער ייִדישער ליטעראַרטור? זיכער יאָ! קודם־כּל, אין די לשון־קודשדיקע פּיוטים טרעפֿן זיך אַליטעראַציעס און איבערחזרונגען גאַנץ אָפֿט. דערפֿאַר קלינגען זיי אַזוי נאַטירלעך פֿאַרן ייִדישן אויער. אין „כּל־נדרי‟, וואָס מע קאָן באַטראַכטן ווי אַ פּאָעטישער טעקסט, זאָגן מיר: „וקונמי, וקנוסי, וכנויי… שרן, שבֿיקין שבֿיתין…‟. דווקא די איבערגעחזרטע אָנהייב־קלאַנגען גיבן דער־אָ קלאַסישער תּפֿילה אַ דערהויבענעם יום־טובֿדיקן טעם.
אינעם באַקאַנטן פּיוט „האדרת והאמונה‟ ווערן דערמאָנט פּאָרנווײַז ווערטער, וואָס הייבן זיך אָן מיט די זעלבע אותיות פֿונעם אַלף־בית. די אַליטעראַציע טרעפֿט מען שוין אין דער תּורה אַליין: „אָמר אויב ארדף אַשיג אַחלק שלל‟. פֿינף ריטמישע ווערטער נאָכאַנאַנד, וואָס הייבן זיך אַלע אָן מיט אַן אלף! אין דער תּנ״כישער תּקופֿה איז דער אַלף דאָך געווען אַ לײַכטער קאָנסאָנאַנט.
אינעם דײַטשישן „ניבעלונגען־ליד‟, געשאַפֿן אָנהייב 13טן יאָרהונדערט, ווערט דער דאָזיקער דיכטערישער מיטל באַנוצט גענוג אָפֿט, הגם נישט אַזוי דורך און דורך, ווי אינעם היפּש עלטערן אַלט־ענגלישן עפּאָס „בעאָוווּלף‟. דער סטיל פֿון אַזעלכע אַלט־ייִדישע עפּישע פּאָעמעס ווי „שמואל־בוך‟ און „מלכים־בוך‟ איז בעצם באַגרינדעט אויפֿן „ניבעלונגען־ליד‟, אָבער אַליטעראַציע שפּילט נישט קיין ממשותדיקע ראָלע. ווײַזט אויס, אַז אינעם 15־16טן יאָרהונדערט, ווען די גרויסע ייִדישע עפּישע פּאָעמעס זענען געשאַפֿן געוואָרן, איז שוין פֿאַרבײַ די מאָדע אויף אַליטעראַציעס.
אין אַלט־ייִדישע לידער, וואָס דערמאָנען פּיוטים און קינות, איז זי אָבער יאָ פֿאַראַן – אַ פּנים, צוליב דער השפּעה פֿון לשון־קודשדיקער פּאָעזיע. אין אַ טייל חסידישע משפּחות זינגט מען בײַם פּסחדיקן סדר דאָס אַלט־ייִדישע ליד „אַלמעכטיקער גאָט‟ – אַן אַנאָנים ווערק פֿונעם 15טן יאָרהונדערט. דאָס לשון פֿונעם דאָזיקן ליד איז זייער אַלט און שווער צו פֿאַרשטיין. אין אַ פּראָגער הגדה פֿון 1526 גייט דער פּזמון אַזוי (דער אויסלייג אָפּגעהיט): „אלמעכטיגר גוט, בויא דיין טעמפל שירי, אלזו שיר אין אונזרן טאגן שירי, יא שירי…‟. דער ריטעם איז באַגרינדעט אויף איבערגעחזרטע אָנפֿאַנג־קלאַנגען.
ווי אַן אַנדער בײַשפּיל, קאָן מען דערמאָנען אליהו בחורס קלאָגליד „די שׂריפֿה פֿון ווענעדיק‟ (1510): „פֿון דער מכּה און דער מגיפֿה, די דאָ איז געוועזן דאָס דאָזיג מאָל…‟ דער מחבר, אַ באַגאַבטער פּאָעט און אַ תּלמיד־חכם, מאַכט נאָך טיפּישע אַליטעראַציעס פֿון לשון־קודשדיקע קינות.
אין דער מאָדערנער תּקופֿה הייבן אָן פֿאַרשיידענע פּאָעטן ווידער אַקטיוו עקספּערימענטירן מיט דער אַליטעראַציע. צום בײַשפּיל, דער אַמעריקאַנער דיכטער עדוואַרד קאָמינגס שרײַבט:
Fleeter be they than dappled dreams the swift sweet deer the red rare deer. צווישן די ייִדישע פּאָעטן באַווײַזן זיך אַזעלכע פֿאָרמען גאַנץ אָפֿט און בולט בײַ מאַני־לייבן. למשל:
אַ פֿויגל איז געפֿלויגן,
פֿאַרפֿלויגן געוואָרן,
און האָט פֿאַר מײַן פֿענצטער
אַ פֿעדער פֿאַרלאָרן.
עס קאָן זײַן, אַז אין זײַנע עקספּערימענטן מיט ווערטער־שאַפֿונג האָט ד״ר שעכטער טאַקע ריכטיק דערשפּירט, אַז קלאַנג־איבערחזרונגען זענען וויכטיקע און נאַטירלעכע אויסדרוק־מיטלען, וואָס קאָנען מאַכן אונדזער שפּראַך מער עקספּרעסיוו און קלינגעוודיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.