אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו זאַמלען בײַ אַלע ייִדן אַ האַלבע זילבערנע מטבע לטובֿת דעם משכּן. די מפֿרשים דערקלערן, אַז די סדרה טראָגט דעם נאָמען „כּי תשׂא‟, „אַז דו וועסט אויפֿהייבן‟, ווײַל דאָס זאַמלען געלט האָט געזאָלט גײַסטיק דערהייבן און פֿאַראייניקן דאָס פֿאָלק. דווקא האַלבע מטבעות האָט מען געזאַמלט, ווײַל אַ מענטש ווערט גאַנץ נאָר צוזאַמען מיט אַ צווייטן מענטשן.
דערנאָך דערציילט אונדז די תּורה, ווי משה רבינו איז אַרויפֿגעגאַנגען אויפֿן באַרג סיני צו באַקומען די לוחות. אַ טייל ייִדן האָבן אָבער נישט געוואָלט אויף אים וואַרטן און צוגעטראַכט אַן אייגענעם אויסטערלישן פּלאַן צו זאַמלען געלט — לטובֿת אַ גאָלדענעם געץ! די פֿרויען האָבן נישט געוואָלט אָפּגעבן זייער צירונג פֿאַר אַן עבֿודה־זרה. ווי אַ פּועל־יוצא, דערקלערט דער מדרש, האָבן די מענער ממש אויסגעריסן די גאָלדענע פֿרויען־אויעררינגלעך בגוואַלד.
איז וואָס זשע איז געשען מיט דער גײַסטיקער דערהויבנקייט, מיטן אַחדות? צום באַדויערן, ווייסן מיר אַ סך היסטאָרישע פֿאַלן פֿונעם דאָזיקן ביטערן פּאַראַדאָקס, ווען פֿרידלעכע שכנים און פֿרײַנד ווערן פּלוצעם ביטערע שׂונאים צוליב אַ פּוסטן, נאַרישן סיכסוך.
אינעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן האָט זיך זינט משה רבינוס צײַטן טאַקע אָפּגעהיט דער פֿרויען־מינהג צו טראָגן גרויסע גאָלדענע צירונג. די אוראַלטע געפֿינסן אין מוזייען שיידן זיך כּמעט נישט אונטער פֿון די טײַערע חפֿצים, וואָס די אַראַבישע כּלות טראָגן עד־היום אין צפֿון־אַפֿריקע אָדער תּימן. מיר ווייסן דאָך, אַז די תּימנער מלכּת־שבֿאָ האָט געבראַכט שלמה המלכן די טײַערסטע גאָלדענע מתּנות.
דעם הײַנטיקן שבת, דעם 18טן טאָג אין אָדר ראשון, פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון דער באַרימטער ישׂראלדיקער זינגערין עפֿרה חזה. זי איז געבוירן געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ, אין 1957 אָבער אירע עלטערן האָבן געשטאַמט פֿון תּימן און זי האָט זיך אַלעמאָל באַטראַכט דווקא ווי אַ תּימנער. טאַקע אָפֿט באַצירט מיט חנעוודיקער גאָלדענער צירונג, ווי די לעגענדאַרע מלכּת־שבֿאָ, האָט זי געשטרעבט מיט איר זינגען צו ברענגען שלום צווישן אייראָפּעיִשע און מיזרחדיקע ייִדן, צווישן ייִדן און אַראַבער. אַ סך ספֿרדים און תּימנער ייִדן באַטראַכטן זי, פֿון זייער זײַט, ווי אַ גרויסע שטיצערין און היטערין פֿון זייער ירושה.
צוליב איר טעטיקייט זענען סײַ די ישׂראלים, סײַ די גאַנצע וועלט געווויר געוואָרן, אַז תּימנער ייִדן זענען נישט קיין „צוריקגעהאַלטענע עם־האָרצים‟ — להיפּוך צום ראַסיסטישן סטערעאָטיפּ — נאָר אַ פֿאָלק מיט אַ רײַכער, אייגנאַרטיקער קולטור. אַפֿילו אין אירע מאָדערנע פּאָפּולערע לידער אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן שפּירט זיך דער באַזונדערער מיזרחדיקער טעם. אינעם אַמעריקאַנער אַנימאַציע־פֿילם „דער פּרינץ פֿון מצרים‟ (The Prince of Egypt), געווידמעט דער טעמע פֿון יציאת־מצרים און ייִדישן נע־ונד אינעם מידבר, הערט מען איר קול אין דער ראָלע פֿון יוכבֿד, משה רבינוס מאַמע. איר ליד פֿונעם דאָזיקן פֿילם (אינעם לשון־קודשדיקן וואַריאַנט „הושיע נאָ‟) האָט זי שפּעטער אַליין אויסגעזונגען אויף 17 שפּראַכן.
צום באַדויערן, אַזוי ווי אין אונדזער פּרשה, האָט דעם דערהויבעם שלום־גײַסט פֿון אירע לידער פּלוצעם איבערגעריסן אַ טראַגעדיע. אין 1997 האָט עפֿרה חזה חתונה געהאַט מיט אַ רײַכן געשעפֿטסמאַן, דורון אַשכּנזי. מיט דרײַ יאָר שפּעטער איז זי ניפֿטר געוואָרן פֿון „איידס‟. אירע קרובֿים און פֿרײַנד גלייבן, אַז זי האָט זיך אָנגעשטעקט מיט דער סכּנותדיקער מחלה פֿון איר מאַן, אַ ווילדן הולטײַ און נאַרקאָמאַן. אין משה רבינוס צײַטן וואָלט אַזאַ פּאַרשוין, אַפּנים, געגאַנגען טאַנצן און זינדיקן אַרום דעם עגל־הזהבֿ. מיט אַ יאָר שפּעטער איז איר אַלמן אַליין געשטאָרבן פֿון אײַננעמען צו פֿיל נאַרקאָטיק.
בצלאל אַלוני, דער פֿאַרוואַלטער פֿון עפֿרה חזהס קאָנצערטן, באַטאָנט אין זײַנע זכרונות, אַז הגם במשך פֿון איר קאַריערע איז די זינגערין געוואָרן וועלט־באַרימט און זייער רײַך, האָט זי דאָס גאַנצע לעבן געוואָלט פֿירן אַ שטיל משפּחה־לעבן, צו דערציִען קינדער. ווען זי האָט פֿאַרבראַכט מיט איר תּימנער קהילה, האָט זי זיך געפֿירט טראַדיציאָנעל און באַשיידן. אַלוני דערציילט, אַז זי האָט נישט געוואָלט זײַן מיט קיין מאַן פֿאַר דער חתונה, און געבעטן דעם אייבערשטן צו געפֿינען אַ גוטן שידוך. מעשׂה־שׂטן, האָט דווקא איר ערשטער און איינציקער מאַן אָפּגענומען בײַ איר נישט בלויז איר שיינקייט, נאָר דאָס לעבן אַליין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.