מײַראָן קאַליסקי האָט געװוּסט אַז ער שטעלט זיך אײַן װען ער האָט געמאָלדן אויף פֿײסבוק אַז ער האָט געליטן עמאָציאָנעלע וווּנדן פֿון זײַן ברוטאַלן טאַטן, אַ לעבן געבליבענעם פֿון חורבן.
„מײַן טאַטע איז קײן מאָל נישט אין גאַנצן אַװעק פֿון אוישוויץ און אין אַ געװיסן זינען – בין איך אַלײן דאָרט ‘שטעקן געבליבן’,‟ האָט קאַליסקי, אַן אַמעריקאַנער־געבוירענער פּענסיאָנירטער עקספּערט בײַ אינפֿאָרמאַציע־טעכנאָלאָגיע אין אָהײַאָ, געשריבן. „װען נאָר איך האָב געטאָן אַ זאַך װאָס איז דעם טאַטן נישט געפֿעלן געװאָרן האָט ער מיך גערופֿן אַ פּאַסקודנער הונט אָדער חזיר. במשך פֿון די יאָרן האָב איך זיך אָנגעזאַמלט אַ גאַנצע רשימה דײַטשע קללות.‟
אין דער מעלדונג, װאָס קאַליסקי האָט געשטעלט אויף דער פֿײסבוק־זײַט, „קינדער פֿון די לעבן געבליבענע פֿון חורבן‟ אין אָקטאָבער 2018 האָט ער איבערגעגעבן אַז װען ער האָט דערצײלט זײַנע באַקאַנטע – אויך קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה װאָס ער קען נאָך פֿון די קינדעריאָרן ־ אַז דער טאַטע פֿלעגט אים כּסדר דערלאַנגען קלעפּ, האָבן יענע אויסגעדריקט אַ ספֿק צי דאָס איז טאַקע געשען.
„שרײַב איך װעגן דעם דאָ [אויף פֿייסבוק] כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט אַנדערע װאָס האָבן אפֿשר געהאַט אַן ענלעכע איבערלעבונג,‟ האָט ער געשריבן. „צי דאָס װעט מיר טאַקע העלפֿן װײס איך נישט אָבער אַבי איך װעל זיך נישט פֿילן אַזוי עלנט.‟
קאַליסקיס פֿײסבוק־מעלדונג האָט אַרויסגערופֿן קאָמענטאַרן פֿון הונדערטער מיטגלידער פֿון דער דאָזיקער פֿײסבוק־גרופּע. קיין איינער פֿון זײ האָט אים נישט געטאַדלט פֿאַרן קריטיקירן אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה. דער 66־יאָריקער קאַליסקי האָט, פֿאַרקערט, אַלײן אויסגעדריקט צער פֿאַר זײַן פּסיכאָלאָגיש געשעדיקטן טאַטן.
„איך האָב אים קײן מאָל נישט פֿײַנט געהאַט,‟ האָט ער געשריבן. „איך האָב דװקא פֿאַרשטאַנען פֿאַר װאָס ער האָט זיך באַצויגן צו מיר װי ער װאָלט אַלײן געװען איינער פֿון דער ‘עס־עס’. צום באַדויערן האָט דער היזק מיך אָבער קאַליע געמאַכט אויפֿן גאַנצן לעבן.‟
פֿינעף יאָר צוריק האָט מען געשטעלט קאַלינסקין אַ דיאַגנאָז: ער לײַדט פֿון אַ קאָמפּליצירטן פֿאַל פֿון PTSD ־ אַ פּסיכאָלאָגישע קראַנקײט װאָס װאַקסט אַרויס דורך אַן אָנגײענדיקער טראַװמע װאָס ציט זיך חדשים אָדער יאָרן לאַנג.
„מײַן ייִנגערער ברודער און איך זענען דערצויגן געװאָרן אָפּגעזונדערט פֿון אַנדערע,‟ האָט קאַליסקי געזאָגט דעם פֿאָרװערטס. „דער טאַטע האָט געאַרבעט אין אַ פֿאַבריק און געקענט װײניק ענגליש. אונדזער איינציקע פֿאַרבינדונג מיט דער װעלט איז געװען מיט די מתפּללים פֿון דער אָרטיקער שיל ‘ניו האָופּ’, אין סינסינאַטי, װאָס איז באַשטאַנען, צום גרעסטן טײל, פֿון שארית־הפּליטה ייִדן.‟
איין מאָל, װען קאַליסקיס ברודער האָט באַזוכט אַ ייִנגל װאָס זײַן טאַטע איז אויך געװען אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן, האָט ער דערצײלט דעם ייִנגל אַז דער טאַטע האָט אים און זײַן ברודער אָפֿט געשלאָגן. „טאַקע?‟ האָט דאָס ייִנגל געפֿרעגט, אַ פֿאַרחידושטער. „מײַן טאַטע האָט מיך אַפֿילו קיין אײן מאָל נישט געפּאַטשט.‟
„נאָך יענער רעװעלאַציע זענען מײַן ברודער און איך געבליבן געפּלעפֿט,‟ האָט קאַליסקי געזאָגט. „אונדז האָט זיך תּמיד געדאַכט אַז אַלע קינדער פֿון לעבן־געבליבענע װערן אָנגעשלאָגן פֿון זײ.‟
הגם די צװײ ברידער האָבן נישט רײנגעװאַשן דעם טאַטנס מעשׂים האָבן זײ עס כאָטש פֿאַרשטאַנען. דער מאַמעס אויפֿפֿיר – נישט. „זי איז אַנטלאָפֿן פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד אין 1939,‟ האָט קאַליסקי געזאָגט. „זי פֿלעג אונדז באַפֿאַלן אָן שום סיבה. פֿאַרקערט, זי פֿלעג נאָך אָנהעצן דעם טאַטן אויף דײַטש אַז ער זאָל אונדז שלאָגן נאָך שטאַרקער.‟
װי אַ קינד האָט קאַליסקי אַנטװיקלט אַ מיטל װי זיך צו דערװײַטערן פֿון די פֿיזישע און עמאָציאָנעלע פּײַניקונגען. „ס’האָט זיך מיר געדאַכט אַז איך שװעב אַרויף צו דער סטעליע און קוק אַראָפּ אויף זיך אַלײן, װי איך װאָלט זיך טאַקע אָפּגעזונדערט פֿונעם ייִנגל װאָס װערט געשלאָגן,‟ האָט ער געזאָגט. „אַ צאָל טעראַפּעװטן האָבן מיר געזאָגט אַז ס’איז ממש אַ נס װאָס איך האָב זיך דיסאָציִיִרט אויף אַזאַ אופֿן, און דאָך האָט מײַן פּערזענלעכקײט זיך נישט צעטײלט אין אַ סך פֿאַרשידענע פּערזענלעכקײטן.‟.
אַ חודש נאָך זײַן פֿײסבוק־מעלדונג האָט קאַליסקי געשטעלט אַ צװײטע מעלדונג פֿאַר דער פֿײסביק־גרופּע, זאָגנדיק ער האָט זיך פֿאַרשריבן אויף באַהאַנדלונג בײַם אָהײַאָ־שטאַט־אוניװערסיטעט, װוּ מע װעט אים געבן אַן אינטענסיװן רעזשים פֿון קעטאַמין ־ אַ מעדיקאַמענט װאָס מע ניצט צו באַהאַנדלען דעפּרעסיע און אַנדערע גײַסטיקע קראַנקײטן, כאָטש געװײנטלעך פֿאַרשרײַבט מען עס נישט פֿאַר פּאַציענטן פֿון טראַװמעקרענק. אַ װיכטיקער טײל פֿון דער קעטאַמין־טעראַפּיע זענען די האַלוצינאַציעס, די זעענישן, װאָס דער פּאַציענט לעבט איבער.
„מיר זאָגן נישט צו קיין רפֿואה פֿאַר דער טראַװמעקרענק‟
װען ד”ר דזשאָסעף זאָלאָ, אַ פּסיכיאַטער אינעם „װעקסנער מעדיצינישן צענטער‟ בײַם אָהײַאָ שטאַטישן אוניװערסיטעט, האָט זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן מיט קאַליסקין אין אָקטאָבער 2018 האָט ער איבערגעקוקט די רעזולטאַטן פֿון די כּלערלײ פֿריִערדיקע הײלמיטלען פֿאַר קאַליסקיס דעפּרעסיע און טראַװמעקרענק, און אים פֿאָרגעלײגט צו פּרוּװן אײנע פֿון דרײַ מינים טעראַפּיע: מאַגנעטישע קאָפּביין־סטימולירונג; עלעקטראָשאָק־טעראַפּיע, אָדער אַן אינטענסיװן רעזשים פֿון קעטאַמין.
„מײַראָן האָט אויסגעפֿאָרשט דעם ענין און אויסגעקליבן קעטאַמין,‟ האָט ד”ר זאָלאָ געזאָגט. „איך האָב אים אָבער נישט געקענט צוזאָגן אַז דער קעטאַמין װעט פֿאַרגרינגערן זײַנע אַנגסטן און טראַװמע־סימפּטאָמען. איך װײס נישט פֿון קיין איין שטודיע װאָס מע האָט געמאַכט פֿון קעטאַמין װי אַ הײלמיטל פֿאַר טראַװמעקרענק.‟
אַון דאָך איז ד”ר זאָלאָ געקומען צום אויספֿיר אַז דער רעזשים האָט „היפּש געהאָלפֿן‟ קאַליסקי. קאַליסקי גײט נאָך װײַטער. ער לײַדט בכלל מער נישט פֿון זײַן פֿריִערדיקער גײַסטיקער צעשפּאַלטונג פֿון גוף און מוח, און באַצײכנט קעטאַמין װי „אַ װיכטיקער װענדפּונקט פֿאַר מיר‟.
װי אַ רעזולטאַט פֿון דער טעראַפּיע, זאָגט קאַליסקי, האָט ער סוף־כּל־סוף אָנגעהויבן אַרויסגײן אויף ראַנדקעס נאָכן פֿאַרלירן זײַן פֿרוי מיט זיבן יאָר פֿריִער. „װען ער האָט מיר דערצײלט װעגן די ראַנדקעס, איז געװען אַ פֿאַרגעניגן צו זען װי ער גיט, סוף־כּל־סוף, אַ שמײכל,‟ האָט ד”ר זאָלאָ באַמערקט.
דער אינטענסיװער רעזשים פֿון קעטאַמין האָט אויך דערמעגלעכט קאַליסקי אָנצוטאַפּן פֿאַרבאָרגענע געפֿילן װאָס די פּײַניקונגען פֿון זײַנע עלטערן האָבן געהאַט דערשטיקט, האָט קאַליסקי געזאָגט. „נאָכן אָנהײבן די באַהאַנדלונג בין איך אײן מאָל, שטײענדיק אויף דער רײ אין סופּערמאַרק, געװאָרן שטאַרק אויפֿגערעגט װעגן אַ טעכנאָלאָגישער פּראָבלעם מיטן סקאַנירן מײַנע פּראָדוקטן און כ’האָב זיך צעשריגן אויפֿן פֿאַרװאַלטער. כ’האָב זיך געפֿירט, פּראָסט און פּשוט, װי אַ פּאַסקודניאַק.
„דעם צװײטן טאָג בין איך װידער דענערװירט געװאָרן, דאָס מאָל װען איך האָב געבראַכט מײַן אויטאָ צו די ‘טאָיאָטאַ’־הענדלער, כּדי זײ זאָלן פֿאַרריכטן צװײ פּראָבלעמען בײַ אים. די אָנגעשטעלטע האָט מיר אָבער געענטפֿערט אַז די אַרבעטער װעלן פֿאַרריכטן בלויז אײנע פֿון די פּראָבלעמען. ‘װאָס טוט זיך דאָ, צו אַל די שװאַרצע יאָר?!’ האָב איך אויסגעשריגן. ‘די זעלבע מאַשין קען דאָך פֿאַרריכטן בײדע פּראָבלעמען!’‟
אָט די צװײ „אויפֿרײַסן‟ בײַ קאַליסקי זענען טאַקע אַ חידוש װײַל אַ גאַנץ לעבן האָט ער בײַ אַזוינע פֿרוסטרירנדיקע מאָמענטן בלויז געשװיגן. „זינט איך האָב אָנגעהויבן אײַננעמען קעטאַמין האָב איך זיך נישט צוריקגעהאַלטן פֿון שרײַען אויף מענטשן װאָס האָבן, פֿון מײַן קוקװינקל, מיך באַעװלט,‟ האָט ער דערקלערט. „בײדע מאָל נאָכן איבערקלערן מײַן רעאַקציע האָב איך אײַנגעזען אַז איך האָב זיך אויפֿגעפֿירט נישט־לײַטיש. כ’האָב אָנגעקלונגען צו דער פֿרוי בײַ ‘טאָיאָטאַ’ און צום סופּערמאַרק־פֿאַרװאַלטער און געבעטן מחילה בײַ בײדע.‟
קאַליסקי האַלט אַז דאָס אַנטקעגנשטעלן זיך װען ער פֿילט זיך באַעװלט, און זײַן קענען אויסדריקן חרטה פֿאַר זײַן צעשרײַען זיך, קען ער איצט טאָן בלויז אַ דאַנק דעם קעטאַמין און זענען אַ סימן אַז ער פֿילט זיך זיכערער אין דער װעלט ־ אַ גאָר נײַ געפֿיל בײַ אים.
„איך זאָג נישט אַז מענטשן זאָלן אײַננעמען קעטאַמין און גײן זיך אויפֿפֿירן נישט־לײַטיש,‟ האָט ער געזאָגט. „אָבער בײַ אַזאַ מענטש װי איך, װאָס האָט תּמיד מורא געהאַט אַז דאָס אַנטקעגנשטעלן זיך װעט מיך ממש שטעלן אין אַ טויט־סכּנה, איז דאָס אויסדריקן פֿאַרדראָס, כּעס אוּן פֿרוסטרירונג אַ סימן פֿון באַפֿרײַונג. איצט קען איך זיך פֿאַרטײדיקן און זאָרג זיך בכלל נישט, אַזוי װי דער טאַטע, אַז אויב איך ענטפֿער אָפּ אַן ‘עס־עס’־אָפֿיציר, װעל איך געפּײַניקט װערן דערפֿאַר. איצט דאַרף איך זיך נאָר אויסלערנען װי אויסצודריקן מײַן כּעס אויף אַ מער פּאַסיקן אופֿן.‟
ד”ר זאָלאָ האָט צוגעגעבן אַז די װירקונגען פֿון קעטאַמין בלײַבן נישט אויף אײביק און אַז קאַליסקי װעט מסתּמא דאַרפֿן מיט דער צײַט װידער באַהאַנדלט װערן.
„איך פֿאַרשטײ דאָס אַלײן,‟ האָט קאַליסקי געזאָגט. „כ’בין אָבער נישט גרײט װײַטער צו לעבן מיט אַ כּסדרדיקער אוישװיץ־טראַװמע אין זיך אַלײן. איך געדענק נאָך װי דער טאַטע איז איין מאָל געװאָרן מלא־כּעס װען איך, אַ ייִנגל פֿון אַ זעקס־זיבן יאָר, האָב אוים געזאָגט אַז מיר דאַרפֿן זיך אײַלן װײַל ס’װערט שוין שפּעט.
„די װעכטער אין אוישװיץ האָבן מיר געהייסן זיך אײַלן!‟ האָט דער טאַטע זיך אויסגעשריגן אויף אים. „איצט הײסטו מיר אויך זיך אײַלן? אַזאַ חוצפּה!‟
„דער טאַטע האָט זיך נעבעך נישט געקענט אײַנהאַלטן און האָט ממש פֿאַרװאַנדלט אונדזער לעבן אין סינסינאַטי אין אַ מין אוישװיץ.‟ טאַקע דערפֿאַר לויבט קאַסינסקי די טעראַפּיע װאָס ער האָט באַקומען. „פֿון אַלע מינים טעראַפּיע װאָס איך האָב אויסגעפּרוװט האָט בלויז קעטאַמין מיר געהאָלפֿן פֿירן אַ נאָרמאַל לעבן,‟ האָט ער געזאָגט. „דער עיקר איז, איצט פֿיל איך זיך ווי דאָס לעבן איז טאַקע מײַן אײגנס.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.