אַז איך בין געווען אַ סטודענטקע אינעם „אינסטיטוט פֿון די לענדער פֿון אַזיע און אַפֿריקע‟ בײַם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט, האָב איך שטענדיק געלייענט און געהערט וועגן פֿאַרשיידענע אַזיאַטישע לענדער און שפּראַכן. מיר האָבן זיך געלערנט, למשל, וועגן דער געשיכטע פֿון איראַן, דער טראַף-סטרוקטור אין כינעזיש אין פֿאַרגלײַך מיט סעמיטישע שפּראַכן, דער ליטעראַטור אויף מאַראַטהי, בודיזם, דזשײַניזם און סיקכיזם, און אַלע סטודענטן האָבן מיט התלהבֿות דערציילט װעגן די שפּראַכן וואָס זיי לערנען.
איינער פֿון מײַנע חבֿרים האָט זיך געלערנט טאַמיל און פֿון אים האָב איך געהערט אַ סך אי װעגן דער טאַמילישער ליטעראַטור, אי פֿון די וווּנדערלעכע שפּראַכן טאַמיל און מאַלאַיאַלאַם, פֿאַרשפּרייט אין דרום־אינדיע. די לשונות זענען קרובֿים און געהערן ניט צו דער הינדו־אייראָפּעיִשער שפּראַכן־משפּחה, נאָר צו דער דראַווידישער. דער טעמפּ פֿון רייד אויף די ביידע איז זייער „גיך‟. מאַלאַיאַלאַם איז איינע פֿון די „גיכסטע‟ שפּראַכן אויף דער וועלט. אויף די לעקציעס האָב איך זיך אויך דערוווּסט, אַז אין דרום־אינדיע איז דאָ אַ ייִדישע קהילה אין קאָטשין, וואָס איז אַ מאָל געווען אַ גרויסע.
וועגן טאָג־טעגלעך לעבן אין אינדיע האָב איך ווייניק געוווּסט. אַ סך חבֿרים האָבן מיר דערציילט װעגן שמוציקע גאַסן און אומזיניקן גאַסן־פֿאַרקער, מיט שטאַרק פֿאַרפּראָפּטן געפֿאָר, וווּ אויטאָס, ריקשאַס, קי און וועלאָסיפּעדן שפּאַלירעווען ווילד אַריבער. מען ווייסט אויך פֿון „באָליוווּד‟, אינדישע טענץ און אינדיש עסן.
מיט אַ חודש צוריק זענען מײַן מאַן מיט מיר געפֿאָרן קיין אינדיע, וווּ ער האָט אַ גוטן חבֿר. בײַ אים, אין טשענאַי, האָבן מיר געוווינט אַ פּאָר טעג, דערנאָכדעם געפֿאָרן ווײַטער קיין קאָטשין, פֿון דאָרטן – קיין אוטי, פֿון אוטי – צוריק קיין טשענאַי – און געפֿלויגן אַהיים.
טשענאַי (פֿריִער – מאַדראַס) איז די הויפּטשטאָט פֿון טאַמיל נאַדו (וווּ מע רעדט טאַמיל), און קאָטשין איז די צווייט־גרעסטע שטאָט אין קעראַלאַ (וווּ עס ווערט גערעדט מאַלאַיאַלאַם). אין טאַמיל נאַדו זענען כּמעט 90% תּושבֿים הינדוסן און בודיסטן, אין קעראַלאַ - נאָר אַ העלפֿט. אָבער אַפֿילו אין טאַמיל נאַדו זענען אַנדערע רעליגיעס (דזשײַניזם, איסלאַם און קריסטנטום) ניט באַדריקט. אין טשענאַי זענען דאָ אַ סך קלויסטערס פֿון פֿאַרשיידענע קריסטלעכע קאָנגרעגאַציעס און קריסטלעכע שולן פֿאַר קינדער. מיר האָבן אַפֿילו געזען אַ ניטל־סצענע: יעזוס, מאַריאַ, די דרײַ חכמים, אַן אייזל – און אַ ביסל היגער קאָלאָריט: די וועש וואָס טריקנט זיך אויף אַ שטריק, און אַ מאַלפּע וואָס איז געקומען צו באַטראַכטן דאָס קינד.
פֿרויען פֿון אַלע רעליגיעס טראָגן אַ סאַרי, און אַלע – אי מענער אי פֿרויען – צייכענען אויפֿן שטערן אַ ווײַסן צי אַ רויטן פֿלעק, צי ביידע, – כּדי זיך אָפּצוהיטן פֿון אַ גוט אויג. אַ טראַדיציאָנעלער סימבאָל איז אין אינדיע אויך דער האַקנקרייץ, וואָס איז דאָרטן ניט קאָמפּראָמעטירט געוואָרן – און דערפֿאַר קען מען אים זען אומעטום.
אינדיע איז אַ דעמאָקראַטיש לאַנד אָבער די סיסטעם פֿון וואַרנאַס און קאַסטעס איז נאָך אַקטועל. די קלאַסן־צעטײלונג איז שטאַרק. עס זענען דאָ אַ סך אָרעמע און היימלאָזע וואָס לעבן אין דרויסן און בײַ אונדזער חבֿר האָבן מיר זיך באַקענט מיט אַ מענטשן, וואָס האָט זײַן אייגענעם אינדזל. אין די אינדישע באַנען זענען אויך דאָ וואַגאָנען פֿון דרײַ קלאַסן. די ביליקסטע האָבן ניט קיין שויבן אין די פֿענצטער און ניט קיין עלעקטרע. די לוין־אַרבעט איז זייער ביליק און אין נישט ווייניק הײַזער, אַפֿילו די ניט אַזוי רײַכע, אַרבעטן דינסטן און ניאַנקעס. אין מערערע ערטער אַרבעטן אַ סך מער מענטשן, איידער מע דאַרף: אַ סך אַרבעטן וואָס קענען מעכאַניזירט ווערן, ווערן ביז איצט אויסגעפֿירט פֿון מענטשן, בתוכם די אַרבעט אויף טיי־פּלאַנטאַציעס.
אונדזער חבֿר סאַלמאַן איז אַ מוסולמענער און האָט חתונה געהאַט מיט אַן אַמעריקאַנער פֿרוי פֿון טעקסאַס, אַ קריסטין. סאַלמאַן איז אַ פֿאַראָרעמטער זון פֿון אַ טאַמילישן מאַגנאַט. זײַן טאַטע איז פּלוצעם געשטאָרבן צו 60 יאָר און האָט ניט באַוויזן צו לערנען סאַלמאַנען, ווי אַזוי צו פֿירן פֿינאַנץ־געשעפֿטן. האָבן זײַנע פֿעטערס אים באַרויבט כּמעט די גאַנצע ירושה. איצט אַרבעט ער ווי אַ טאַנצלערער און זײַן פֿרוי איז אַ לערערקע אין אַ היגער אַמעריקאַנישער שול.
ווי אַן אַריסטאָקראַט איז ער אַ מיטגליד פֿון קלובן, וואָס זענען געבליבן אין אינדיע נאָך פֿון די קאָלאָניאַלע צײַטן. אַ יאַכטקלוב, אַ שיפֿל־קלוב, אַ געיעג־קלוב… דער אַרײַנטריט־פּרײַז איז זייער הויך. יעדן חודש מוז מען אויך צאָלן מיטגליד־אָפּצאָלן, אַבער צו זײַן אַ קלובמיטגליד מיינט צו האָבן אַ גוטן סאָציאַלן קאַפּיטאַל און צוצושטעלן גוטע קאָנטאַקטן צו די קינדער.
די קלובן געפֿינען זיך אין קאָלאָניאַלע בנינים, אויפֿגעבויט לויטן בריטישן געשמאַק און באַפּוצט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס און רשימות פֿון געוועזענע מיטגלידער: קודם – בריטאַניער, דערנאָכדעם – אינדיער. אַ באַזונדערן רושם האָט אויף אונדז געמאַכט אַ קלוב אין אוטי, אַ דערפֿל אין די בערג. מענערשע און ווײַבערשע גאַרדעראָבן, סאַלאָנען, ביבליאָטעקן… און אומעטום — אָנגעשטאָפּטע קעפּ פֿון געיעגטע חיות (בערן, הירשן, וועלף, חזירים) און פּאָרטרעטן פֿון אַמאָליקע בריטישע מיטגלידער. אַ קאַמין אין צימער. דינערס אין ליוורעעס. אויף דער וועטשערע טאָרן מענער ניט קומען אָן אַ שניפּס.
די בריטישע קולטור־ירושה רופֿט אין אינדיע אַרויס אַ צווייטײַטשיקע באַציִונג. פֿון איין זײַט, נעמען די אינדיער אויף די קאָלאָניאַלע תּקופֿה ווי אַ צײַט פֿון באַרויבונג, דערנידעריקונג און עקספּלואַטאַציע. פֿון דער אַנדערער זײַט זענען זיי דאַנקבאַר די בריטאַניער פֿאַר די וועגן, אײַזנבאַנען און בנינים, וואָס זיי האָבן געבויט, און דער בילדונג־, געריכט־ און מעדיצינישער סיסטעם, וואָס זיי האָבן געשאַפֿן. „בריטיש‟ איז ביז איצט אַ סינאָנים פֿון גוטער קוואַליטעט.
אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, האָט דאָס וואָס בריטאַניער האָבן געמיינט וועגן אינדיער, זייער באַאײַנפֿלוסט די אינדיער אַלײן. דער אינטערעסאַנטסטער בײַשפּיל זעט מען בײַ זייערע עסן־געוווינשאַפֿטן. אין אַלע רעסטאָראַנען און קאַפֿעען זענען דאָ אַ סך וועגעטאַרישע מאכלים, און אין די קראָמען האָבן אַלע וועגעטאַרישע פּראָדוקטן אַ גרינעם צייכן. פֿאַר וואָס איז אינדיע אַזאַ גן־עדן פֿאַר וועגעטאַריער (װי איך, למשל)? ווײַל דאָס רובֿ אינדיער עסן ניט קיין פֿלייש? ניין. אין טאַמיל נאַדו, למשל, עסן אַרום 95% תּושבֿים יאָ פֿלייש. פֿאַר וואָס זשע? צוליב די ענגלענדער. ווען זיי האָבן דערזען, אַז אַ סך אינדיער עסן ניט קיין פֿלייש, האָבן זיי זיך שטאַרק פֿאַרחידושט און דערקלערט אַלע אינדיער פֿאַר וועגעטאַריער. און אַזאַ געשטאַלט פֿון זיך אַליין האָבן די אינדיער ביז הײַנט…
דאָס עסן אין אינדיע איז זייער שאַרף װײַל אַ סך פֿעפֿער העלפֿט באַקעמפֿן באַקטעריעס און אויסמײַדן מאָגן־פֿאַרסמונג. רײַז עסט מען נאָר אין דער פֿרי, און אָוונט עסט מען דאָסאַ – בלינצעס פֿון נאַהיט־מעל. מען עסט אָן גאָפּלען און לעפֿל און נאָר מיט דער רעכטער האַנט. אַנשטאָט פּלאַסטיק־ אָדער פּאָרצעלײַענע כּלים ניצט מען אָפֿט פּאַלמען־בלעטער - פֿרישע אָדער צונויפֿגעפּרעסטע.
אינדיע איז אַרומגערינגלט מיט אָקעאַנען און ימען אָבער ס׳איז ניט אָנגענומען צו עסן פֿיש. באָדן זיך אין ים איז אויך נישט אָנגענומען. די פּלאַזשעס זענען אָבער פֿול געפּאַקט: אינדיער האָבן ליב צו פֿאַרברענגען צוזאַמען. קינדער שפּילן זיך, דערוואַקסענע שפּילן מיט זיי אָדער רעדן צווישן זיך און סך־הכּל קומען אויף דער פּלאַזשע עטלעכע טויזנטער מענטשן מיט אַ מאָל. די טעמפּעראַטור דאָ אין ווינטער איז אַרום 28־30 צענטיגראַד, אָבער פֿונעם אָקעאַן בלאָזט אַ קאַלטער ווינט און דערפֿאַר איז די היגע קינדער־קלײדונג אַ ביסל סתּירותדיק: זיי טראָגן לײַכטע קליידעלעך (אָדער העמדעלעך מיט הייזעלעך) — צוזאַמען מיט וואָלענע היטלעך, וואָס באַשיצן די אויערן.
גייענדיק אויף דער פּלאַזשע, דאַרף מען זיך היטן און ניט טרעטן אויף מאָדנע רונדע אָביעקטן: דאָס זענען גאַסן־הינט, וואָס שלאָפֿן, זיך צונויפֿגעדרייט ווי אַ קנויל.
מײַן מאַן, וואָס איז שוין געווען אין אינדיע אַ סך מאָל, זאָגט, אַז פֿאַר די לעצטע פֿינעף יאָר האָט זיך טשענאַי שטאַרק געביטן. אַ סך ווייניקער מענטשן וווינען אין דרויסן און ס׳איז געוואָרן אַ סך ריינער (כאָטש די גאַסן זענען נאָך אַלץ שמוציק און עס זענען נאָך אַלץ דאָ פּלאַקאַטן, וואָס רופֿן די תּושבֿים ניט צו ניצן די גאַסן ווי טואַלעטן, מיט די װערטער: “Bring the pee to the loo”). מע פֿירט אויטאָס אַ סך רויִקער ווי פֿריִער, כאָטש פּראָפּקעס זענען נאָך פֿאַראַן, און אַז מע פֿאָרט אויף אַ מאָטאָריקשאַ — אַ קליין מאַשינדל אָן שויבן (קיין ריקשאַס וווּ אַ מענטש ווערט געניצט ווי אַ פֿערד זענען שוין לאַנג ניטאָ) — פֿילט מען זיך אין איין גרויסער פּראָפּקע, מיט אַ שטאַרקן ריח פֿון בענזין און אַ כּסדרדיקן טרובען פֿון אויטאָס.
מיט אַ יאָר צען צוריק, דערציילט מײַן מאַן, זענען אין טשענאַי געווען גאָר ווייניק טוריסטן. איצטער האָבן די שטאָט און דער שטאַט טאַמיל נאַדו זיך צוגעוווינט צו דעם שטענדיקן טוריסטישן צופֿלוס, און צום באַדויערן האָבן אַ טײל ריקשאַ־שאָפֿערן און פֿאַרקויפֿערס אָנגעהויבן אָפּצונאַרן די באַזוכער. אַ סך אַנדערע אינדיער זענען אָבער זייער העפֿלעך און תּמיד גרייט צו העלפֿן. אַ סך פֿאַרבײַגייער האָבן זיך אָפּגעשטעלט כּדי צו פֿרעגן, צי מיר דאַרפֿן הילף, גערעדט פֿאַר אונדז טעלעפֿאָניש מיט עפּעס אַ טאַקסי־פֿירער אָדער איבערגעזעצט. און די היגע, וואָס טוריסטן זענען זייערע באַקאַנטע אָדער חבֿרים, סטאַרען זיך זיי צו העלפֿן אין אַלץ און באַגלייטן זיי אומעטום.
קיין קאָטשין זענען מיר געפֿאָרן, קודם־כּל, כּדי צו זען דאָס ייִדישע לעבן. שבת אין דער פֿרי זענען מיר געגאַנגען צו פֿוס צוויי שעה — פֿאַרבײַ אַ מיליטערישער באַזע, בודיסטישע טעמפּלען, פּראָפּקעס און דעמאָנסטראַציעס, אין דער איינציקער היגער שיל אַרײַן, כּדי זיך צו דערוויסן, צי זי איז ניט די איינציקע.
אָבער לאָמיך דערציילן די מעשׂה פֿון אָנהייב אָן. אין דרום־אינדיע געפֿינען זיך דרײַ גרופּעס ייִדן װאָס זײ באַצײכענען זיך ווי „שוואַרצע‟, „ווײַסע‟ און „ברוינע‟.
די „שוואַרצע‟ זענען היגע, מאַלאַבאַרער ייִדן – פּינקטלעכער, קינדסקינדער פֿון ייִדן און היגע גוייִשע פֿרויען. גענוי ווען ייִדן זענען אָנגעקומען קיין אינדיע איז ניט באַקאַנט. לויט דער לעגענדע, ווי די לעגענדעס פֿון אַ סך אַנדערע קהילות, איז דאָס געשען אין די צײַטן פֿון שלמה המלך. דער ערשטער דאָקומענט פֿאַרבונדן מיט ייִדן, געשריבן אויף דרײַ מעשענע פּלאַטעס, שטאַמט פֿון דער תּקופֿה צווישן דעם 4טן און 9טן יאָרהונדערט איצטיקע צײַט־רעכענונג. אין 16טן יאָרהונדערט האָבן די ייִדן זיך קאָנצענטרירט אין קאָטשין, ווען די פּאָרטוגעזער האָבן פֿאַרכאַפּט גרויסע שטחים אין דרום־אינדיע און פֿאַרטריבן די ייִדן פֿון דאָרטן. אין קאָטשין האָבן די ייִדן געפֿונען אַ היים בײַ דעם היגן מאַהאַראַדזשאַ. טאַקע פֿון יענע צײַטן שטאַמט די „ייִדישע שטאָט‟ אין קאָטשין — אַ ייִדישער קוואַרטאַל, עטלעכע שילן און אַ בית־עלמין, וואָס געפֿינען זיך ממש לעבן דעם מאַהאַראַדדשאַס פּאַלאַץ.
מיט די פּאָרטוגעזער איז אויך פֿאַרבונדן דער צופֿלוס פֿון „ווײַסע‟ ייִדן — ספֿרדים פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל. „ברוינע‟ ייִדן (אָדער משוחררים) זענען די קינדסקינדער פֿון אַמאָליקע קנעכט פֿון „שוואַרצע‟ און „ווײַסע‟ ייִדן, וואָס האָבן זיך מגייר געווען. גערעדט האָבן זיי אַלע (און די געבליבענע רעדן ביז איצט) ייִדיש־מאַלאַיאַלאַם.
די ייִדן האָבן געוווינט אין עטלעכע שטעט און דערפֿער פֿונעם ראַיאָן וואָס הייסט הײַנט קעראַלאַ. זייער העכסטע צאָל איז געווען אין מיטן 20סטן יאָרהונדערט — אַרום 3,000. אָנהייב 1950ער האָבן מערערע פֿון זיי עולה געווען קיין ישׂראל. נאָך אַ כוואַליע פֿון רעפּאַטריאַציע איז געווען אין 1970ער. אַ טייל היגע ייִדן האָבן אָנגענומען אַנדערע רעליגיעס. איצטער זענען געבליבן אין קעראַלאַ בלויז אַ פּאָר צענדליק „ווײַסע‟ און 26 „שוואַרצע‟, און זיי אַלע וווינען אין קאָטשין. בנינים פֿון שילן זענען דאָ אין עטלעכע ערטער, אָבער אַקטיוו זענען נאָר צוויי סינאַגאָגעס: די שיל „פּאַראַדעשי‟ אין דער „ייִדישער שטאָט‟ און די שיל „קאַדאַוווּמבהאַגאַם‟ אין אַן אַנדער טייל שטאָט.
דאָס וואָרט „פּאַראַדעשי‟ הייסט פֿרעמדע. די אָ שיל איז געבויט געוואָרן פֿון די ספֿרדים אין יאָר 1568 און האָט געהערט דער „ווײַסער‟ קהילה. אין 1662 איז זי צעשטערט געוואָרן פֿון פּאָרטוגעזער און אין 1664, נאָך דעם ווי קאָטשין איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון האָלאַנד, איז זי ווידער אויפֿגעבויט געוואָרן. דאָס איז אַ ווײַסער בנין מיט אַ זייגער־טורעמל. דאָס טורעמל האָט געבויט דער היגער מעצענאַט יחזקאל רחבי אין 1760. אויף איין זײַט פֿונעם טורעם איז דאָ אַ זייגער מיט רוימישע ציפֿערן, אויף דער צווייטער זײַט — אַ זייגער מיט אינדישע ציפֿערן, אויף אַ דריטן זייגער — ייִדישע אותיות. צוויי יאָר שפּעטער האָט יחזקאל רחבי געשאָנקען דער שיל נאָך אַ פּרעכטיקע, טײַערע מתּנה: ער האָט אַרײַנגעשטעלט אין איר פּאָדלאָגע 1,100 בלוי־ווײַסע קאַכלען מיט בילדער, וואָס ער האָט געקויפֿט אין כינע. דער רבֿ פֿון דער שיל דערציילט אַן אַנדער געשיכטע וועגן דער פּאָדלאָגע: לויט אים, האָט דער כינעזישער קיסר געשאָנקען די קאַכלען דעם מאַהאַראַדזשאַ אָבער דער מאַהאַראַדזשאַ האָט מורא געהאַט אַז די פֿאַרב קען אַנטהאַלטן קו־בלוט, האָט ער ניט געוואָלט לייגן די קאַכלען אין זײַן פּאַלאַץ. פֿונדעסטוועגן, אָנצונעמען די מתּנה האָט ער געמוזט, האָט ער זי אַוועקגעגעבן די ייִדן.
די צווייטע שיל, „קאַדאַוווּמבהאַגאַם‟, געהערט דער „שוואַרצער‟ קהילה. כּדי אויפֿצוהאַלטן דעם בנין, האָט דער אָנפֿירער פֿון דער קהילה, אליהו יוספֿאַי (וואָס האָט אויך דעם טיטל „באַבו‟) אין 1985 אויפֿגעבויט אַרום אים אַ פֿישקרעמל מיט אַקוואַריִומען. פֿון דעם אײַנקונפֿט פֿונעם קרעמל האָט דער באַבו רעמאָנטירט די שיל און אַ פּנים, איז דאָס די איינציקע שיל אויף דער וועלט, וואָס געפֿינט זיך אין מיטן אַ פֿישקראָם.
די צוויי שילן זענען ענלעך: גלײַכע אַרכיטעקטור און אינטעריער. ביידע האָבן צװײ בימות: אין מיטן זאַל און אויבן, בײַם עזרת־נשים.
לויט דער טראַדיציע גייט דער עולם פֿון איין שיל ניט אין דער אַנדערער. איצט אָבער, ווען פֿון ביידע קהילות זענען געבליבן בלויז עטלעכע צענדליקער ייִדן, זענען די גרענעצן צווישן די צוויי קהילות שוין נישט אַזוי שטרענג.
ר׳ יונתן גאָלדשמידט, דער אַשכּנזישער רבֿ, וואָס איז מיט צוויי יאָר צוריק געשיקט געוואָרן פֿון קייפּטאַון, דרום־אַפֿריקע, און דינט אין דער „ווײַסער‟ שיל, דערציילט, אַז ער קומט צו מאָל דאַווענען אין דער „שוואַרצער‟ שיל.
אַז איך בין שבת געקומען אין שיל, האָבן מיר געדאַוונט צו דריט: דער רבֿ, זײַן שוויגער און איך. דער רבֿ האָט אונדז געזאָגט, אַז װען מע האָט הײַיאָר געפּראַוועט דעם 450־יעריקן יוביליי פֿון דער שיל איז חנוכּה יעדן טאָג געווען אַ מנין. עס זענען אַפֿילו געקומען די עלטערע ייִדישע פֿרויען, וואָס זיי איז שווער צו קומען אין שיל אַלע וואָך. מע האָט געעפֿנט דעם עזרת־נשים און, לויטן אַלטן מינהג, אַרויפֿגעטראָגן דעם ספֿר־תּורה אַהין – און געדאַוונט אויף דער אייבערשטער בימה.
די ייִדישה קהילה אין קאָטשין האַלט, צואָ באַדויערן, אין אונטערגײן. אין צוויי יאָר אַרום וועט מען שליסן די „פּאַראַדעשי‟ שיל און זי פֿאַרוואַנדלען אין אַ מוזיי.
די אַמאָליקע „ייִדישע שטאָט‟ איז הײַנט אַ טוריסטישער צענטער, פֿול מיט טײַערע סוּווענירן־קראָמען, היפּסטער־קאַפֿעען, קליינע האָטעלן און מוזייען. אין די לעצטע יאָרן זענען קיין קאָטשין געקומען קינסטלער פֿון ישׂראל און געמאַכט דעם טײל שטאָט ענלעך צו אַ פֿאַרװאָרפֿן װינקל פֿון תּל־אָבֿיבֿ אָדער ירושלים. אויף די װענט פֿון פֿאַרלאָזטע הײַזער, בתוכם געװעזענע שילן, האָבן זײ אָנגעשריבן גראַפֿיטי אויף העברעיִש: לידער, סטיליזאַציעס פֿון פּסוקים, אַפֿאָריזמען און בילדער.
טאַקע אינטערעסאַנט – פֿריִער זענען די קאָטשינער ייִדן אַוועק זיך באַזעצן אין ישׂראל. איצט, ווײַזט אויס, קומט ישׂראל קיין קאָטשין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.