אבֿרהם גאָלדפֿאַדן איז געװען אײנע פֿון די סאַמע קאָלאָריטישע און סתּירותדיקע פֿיגורן אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אײניקע האָבן אים געלױבט פֿאַר זײַן אָריגינעלער פֿאָלקסטימלעכקײט בעת אַנדערע האָבן געהאַלטן, אַז ער האָט געבראַכט אײראָפּעיִשן טעאַטער אױף דער ייִדישער בינע. מען האָט אים באַשולדיקט אין שונד אָבער מען האָט עד־היום ליב צו זינגען זײַנע לידער, אַפֿילו װען מען געדענקט מער ניט דעם מחבר. גאָלדפֿאַדן האָט געהאַט אַ פֿינאַנציעלן דערפֿאָלג אין רוסלאַנד און רומעניע, אָבער איז געשטאָרבן אין דלות אין ניו־יאָרק. אין 1926 האָט מען געפֿײַערט דעם פֿופֿציקסטן יובֿל פֿון זײַן טעאַטראַלער טעטיקײט איבער דער װעלט – פֿון אַמעריקע ביזן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אָבער זינט דעם איז דער אינטערעס צו גאָלדפֿאַדן אונטערגעגאַנגען.
דאָס נײַע בוך פֿון אַליסאַ קװינט באַטראַכט די ערשטע זיבן יאָר פֿון גאָלדפֿאַדנס טעאַטראַלער טעטיקײט, פֿון 1876 ביז 1883, װען ער האָט געשאַפֿן דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער. קװינט באַשרײַבט איר שטודיע װי אַ פּרוּװ צו פֿאַרשטײן דעם קינסטלערישן און געזעלשאַפֿטלעכן װעלטבאַנעם פֿון גאָלדפֿאַדן און זײַן סבֿיבֿה. זי באַהאַנדלט דעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן דעם ייִדישן טעאַטער בכּלל, און ספּעציעל די מכריעדיקע ראָלע פֿון גאָלדפֿאַדנס מערקװירדיקער פּערזענלעכקײט. אין דעם אַלטן סיכסוך צװישן צװיי שיטות פֿון גאָלדפֿאַדן־פֿאָרשונג, דער „פֿאָלקסטימלעכער‟ און דער „אײראָפּעיִשער‟, האַלט קװינס מיט דער צװײטער: „גאָלדפֿאַדן האָט זיך אידענטיפֿיצירט מיטן ייִדישן מיטלשטאַנד, װאָס איז אױפֿגעװאַקסן אין די נײַע שטעט‟ בעת דער ליבעראַלער שליטה פֿונעם רוסישן צאַר אַלעקסאַנדער דעם צװײטן. גאָלדפֿאַדנס טעאַטער, טענהט קװינט, האָט זיך צוגעפּאַסט ניט צום געשמאַק פֿונעם ייִדישן עמך, נאָר צו די עסטעטישע השׂגות פֿון דעם אױפֿגעקומענעם סוחרים־קלאַס אין אָדעס און אַנדערע שטעט אין דרום־רוסלאַנד.
דװקא די סאַמע שעפֿערישסטע און אינטערעסאַנטסטע זיבן יאָר פֿון גאָלדפֿאַדנס לעבן בײַם אָנהײב פֿון זײַן טעאַטראַלער טעטיקײט זײַנען עד־היום פֿאַרבליבן מחוץ דעם פֿאָרשערישן שפּאַקטיװ, האַלט קװינט. אַלײן האָט גאָלדפֿאַדן װעגן דער דאָזיקער צײַט כּמעט װי ניט געשריבן אין זײַנע זכרונות. גאָלדפֿאַדנס טעאַטראַלע קאַריערע האָט זיך אָנגעהױבן אין רומעניע בעת דער רוסיש־טערקישער מלחמה. זײַן ערשטער עולם איז באַשטאַנען פֿון רוסיש־ייִדישע ליװעראַנטן, װאָס האָבן צוגעשטעלט דער רוסישער אַרמײ אין רומעניע כּלערלײ סחורה און האָבן ליב געהאַט באַזוכן רומענישע װײַנקעלערס. קװינט טײַטשט אױס גאָלדפֿאַדנס ספּעקטאַקלען װי למשל „די כּישוף־מאַכערין‟, ניט װי סתּם פֿרײלעכע פֿאַרװײַלונג נאָר װי אַ קריטישע אָפּשפּיגלונג פֿון סאָציאַלע פּראָצעסן אין דער גרױסשטאָטישער ייִדישער געזעלשאַפֿט.
גאָלדפֿאַדנס טעאַטער האָט טאַקע געשפּילט אַ ראָלע אינעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן דעם מאָדערנעם שטײגער פֿון ייִדישער קולטור. דער אָדעסער עולם איז שױן געװען צוגעװױנט צו דעם רוסישן טעאַטער, און מען האָט אױפֿגענומען דעם נײַעם ייִדישן טעאַטער מיט התלהבֿות. מען האָט רעקלאַמירט זײַנע ספּעקטאַקלען אין דער רוסישער פּרעסע, און אַ סבֿרה אַז אַ טײל פֿון די צוקוקער זײַנען ניט געװען קײן ייִדן, אָבער זײ האָבן אױך הנאה געהאַט פֿון דער דער מוזיק און לידער. צום ערשטן מאָל האָט די גאַנצע שטאָט געקענט זען אױף דער בינע ייִדישע געשטאַלטן, חסידים און משׂכּילים, אין דער קאָמעדיע „צװײ קוני־לעמלס‟.
גאָלדפֿאַדנס הצלחה האָט דערמוטיקט אַנדערע מחברים צו שרײַבן פּיעסעס אױף ייִדישע טעמעס, הומאָריסטישע אָפּערעטעס און היסטאָרישע דראַמעס. צװישן זײ זײַנען געװען אַזעלכע פּראָדוקטיװע שרײַבער װי נחום שײַקעװיטש און יוסף לאַטײַנער, װאָסערע װערק זײַנען געװען געװאַלדיק פּאָפּולער אין אַמעריקע. עס איז מערקװירדיק, באַמערקט קװינט, אַז קײנער פֿון זײ װערט ניט דערמאָנט אין גאָלדפֿאַדנס זכרונות; אַ סימן, אַז ער האָט ניט געהאַלטן פֿון זײַנע קאָנקורענטן און האָט געװאָלט פֿאַרשװײַגן זײער באַרימטקײט. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע דראַמאַטורגן פֿון זײַן צײַט איז גאָלדפֿאַדן געװען גאַנץ קאָנסערװאַטיװ װאָס שײך אָפּהיטן ייִדישקײט און דעם אַחדות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
גאָלדפֿאַדנס גרעסטער חידוש איז געװען דאָס שאַפֿן אַ נײַע דראַמאַטישע העלדין אױף דער ייִדישער בינע. צוליב דעם איז זײַן היסטאָרישע אָפּערעטע „שולמית‟ געװאָרן אַ גרױסער דערפֿאָלג אין דער רוסישער הױפּטשטאָט פּעטערבורג, װוּ זײַן טרופּע האָט געשפּילט אין 1880. שולמית איז אַ פֿרױ מיט אַן אַקטיװן כאַראַקטער און אײגענעם װילן. קװינט שרײַבט: „גאָלדפֿאַדן האָט פֿאַרשטאַנען אַז אַ ייִדישע אַקטריסע נײטיקט זיך אין אַן אײגענעם אָרט אין דער װעלט, װאָס ביז דאַן איז עס געװען אינעם מענערישן רשות.‟ דערבײַ האָבן זיך זײַנע העלדינס געדאַרפֿט צופּאַסן צו דעם בירגערלעכן משפּחה־אידעאַל און אָפּהיטן זײער בתולהשאַפֿט ביז דער חתונה.
דער אױפֿקום פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין רוסלאַנד איז איבערגעריסן געװאָרן דורכן מלוכישן „חרם‟ אין 1883, װאָס האָט פֿאַרװערט עפֿנטלעכע פֿאָרשטעלונגען אױף ייִדיש. גאָלדפֿאַדן איז אַװעק קײן װאַרשע, װוּ ער האָט געפּרוּװט אַרבעטן װײַטער הינטער דער מאַסקע פֿונעם דײַטשישן טעאַטער, אָבער ס’איז אים ניט געלונגען און אין 1888 האָט ער עמיגרירט קײן אַמעריקע. דאָ האָט ער אױך ניט געהאַט קײן מזל, װײַל די ניו־יאָרקער ייִדישע בינע איז שױן געװען אין די הענט פֿון זײַנע קאָנקורענטן און זײַנע אַמאָליקע אַקטיאָרן. זײַנע װערק זײַנען נאָך אַלץ געװען פּאָפּולער, אָבער ער אַלײן איז פֿאַרבליבן אױף די ראַנדן פֿון דער ייִדישער טעאַטראַלער װעלט.
גאָלדפֿאַדן איז געװען זײער אַ באַגאַבטער מענטש, אָבער װײַט ניט קײן פֿאַרלאָזלעכער עדות װעגן זײַן אײגענעם לעבן.אַ דאַנק די פֿאַרשידענע מקורים װאָס אַליסאַ קװינט האָט אויסגעפֿאָרשט װי צײַטונג־רעצענזיעס, זכרונות און פּריװאַטע דאָקומענטן, האָט זי מײַסטעריש מחייה־מתים געװען די געשפּאַנטע שעפֿערישע אַטמאָספֿער פֿונעם אָנהײב פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין רוסלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.