אין אונדזער טאָגטעגלעכן לעבן טרעפֿן מיר נישט זעלטן אַזעלכע ווערטער, ווי קילאָהערץ, מעגאַהערץ און גיגאַהערץ. אַ הערץ, ווי באַקאַנט, איז דאָס מעסט־איינס פֿון פֿרעקווענצן. למשל, פֿאַר ראַדיאָ־קאָמוניקאַציעס טויגן, בדרך־כּלל, די פֿרעקווענצן פֿון הונדערטער טויזנטער ביז מיליאַרדן הערץ.
נישט לאַנג צוריק איז אינעם פּעטערבורגער צענטראַלן קאָמוניקאַציע־מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון אַלעקסאַנדער פּאָפּאָוו פֿאָרגעקומען אַן אויסשטעלונג וועגן דער געשיכטע פֿון דיגיטאַלע קאָמוניקאַציעס, וואָס זייער שנעלקייט איז געשטיגן במשך פֿון די לעצטע 30 יאָר אויף אַ מיליאָן מאָל. דאָס האָט צו טאָן מיטן אויפֿשטײַג פֿון די פֿרעקווענצן אין די קאָמוניקאַציע־ליניעס פֿון עטלעכע טויזנט ביז מיליאַרדן הערץ.
פֿון וואַנען נעמט זיך אָבער אַזאַ וואָרט – הערץ? אין דער טעאָרעטישער און פּראַקטישער אַנטוויקלונג פֿון דער ראַדיאָ האָט אַ באַזונדערס גרויסע ראָלע געשפּילט דער דײַטשישער פֿיזיקער הײַנריך הערץ. דערפֿאַר האָט די אינטערנאַציאָנאַלע עלעקטראָ־טעכנישע קאָמיסיע (IEC) באַשלאָסן אין 1930 צו פֿאַראייביקן זײַן נאָמען ווי די מאָס פֿון וועלכע־ניט־איז וויבראַציעס און ציקלען.
דער מוזיי טראָגט דעם נאָמען פֿון אַלעקסאַנדער פּאָפּאָוו, ווײַל אין 1895 האָט דער דאָזיקער וויסנשאַפֿטלער געשאַפֿן זײַן ערשטע פּרימיטיווע ראַדיאָ. אין מאַרץ 1896 האָט ער איבערגעשיקט צווישן צוויי בנינים פֿונעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט אַ קורצע ראַדיאָ־טעלעגראַם מיט די ווערטער „הײַנריך הערץ‟ – ווי אַ באַווײַז, אַז ער שאַצט זייער הויך די דערגרייכונגען פֿונעם דײַטשישן קאָלעגע. פּאָפּאָווס ראַדיאָ־אַפּאַראַט האָט אויטאָמאַטיש פֿאַרשריבן הערצס נאָמען מיטן מאָרזע־שליסל אויפֿן פּאַפּיר.
מיט עטלעכע חדשים שפּעטער האָט דער איטאַליענער גוליעלמאָ מאַרקאָני דורכגעפֿירט ענלעכע עקספּערימענטן און אין גיכן באַקומען דעם פּאַטענט פֿאַרן רוסישן פֿיזיקער. דעריבער באַטראַכט מען פּאָפּאָוון אין רוסלאַנד און אין מיזרח־אייראָפּע ווי דעם עיקר־דערפֿינדער פֿון דער ראַדיאָ. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט מאַרקאָני באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע און אין די מערבֿדיקער לענדער האַלט מען אים געוויינטלעך פֿאַר דעם פֿאָטער פֿון ראַדיאָ־קאָמוניקאַציעס.
אין דער אמתן איז עס אַ פּוסט מחלוקת. ממש אין די זעלבע יאָרן האָבן אַ צאָל אַנדערע וויסנשאַפֿטלער געאַרבעט אויף פֿאַרשיידענע ראַדיאָ־מכשירים אין פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אינדיע. יעדער פֿון זיי האָט צוגעטראַכט אייגענע חידושים און געשאַפֿן אַפּאַראַטן מיט אוניקאַלע מעלות. יעדער האָט זיך פֿאַרלאָזט אויף הערצס פֿאָרשונגען. הערץ האָט נאָך אין די 1880ער יאָרן דעמאֶָנסטרירט, אַז ס׳איז מעגלעך, אין פּרינציפּ, איבערצושיקן ראַדיאָ־סיגנאַלן אָן קיין דראָטן. קיין פּראַקטישן באַנוץ האָט ער אָבער אין דעם נישט אײַנגעזען.
אין נאַצי־דײַטשלאַנד האָט מען אַראָפּגענומען הערצס פּאָרטרעטן אין אוניווערסיטעטן. די סיבה איז פּשוט: הערץ איז געווען אַ לוטעראַנער קריסט אָבער זײַן טאַטע, דוד־גוסטאַוו הערץ, אַן אַדוואָקאַט און סענאַטאָר, איז געווען אַ ייִד. אַגבֿ, הײַנריכס פּלימעניק, גוסטאַוו־לודוויג הערץ, איז אויך געווען אַ גרויסער וויסנשאַפֿטלער, וועלכער האָט באַקומען אַ נאָבעל־פּרעמיע אין 1925. זינט 1945 האָט ער געאַרבעט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און שפּעטער אינעם סאָוועטיש־קאָנטראָלירטן מיזרח־דײַטשלאַנד ווי אַן אַטאָם־פֿיזיקער.
עס וואָלט נישט געווען ריכטיק צו באַטראַכטן הײַנריך הערצן פֿאַר דעם „עכטן‟ גרינדער פֿון דער ראַדיאָ. זײַן ווערק איז אוממעגלעך פֿאָרצושטעלן אָן בײַשטײַערס פֿון אַ גאַנצער ריי פֿריִערדיקע פֿאָרשער. ס׳איז אָבער טשיקאַווע, אַז אין אַלע אונדזערע מיקראָכוואַליע־אויוונס, טעלעפֿאָנען, קאָמפּיוטערס און אַנדערע מכשירים, וואָס פֿונקציאָנירן אויף פֿאַרשיידענע פֿרעקווענצן, שטעקט אַ געוויסער ייִדישער פֿאַמיליע־נאָמען.
הגם דער פּעטערבורגער קאָמוניקאַציע־מוזיי – איינער פֿון די גרעסטע פֿון אַזאַ מין אין דער וועלט – שטעלט דעם טראָפּ אויף פּאָפּאָווס אוניקאַלע פֿאַרדינסטן, גיט ער אויף אַ באַלערנדיקן אופֿן צו פֿאַרשטיין, אַז גרויסע אַנטדעקונגען און דערפֿינדונגען זענען רעזולטאַטן פֿון גאַנצע דורות פֿאָרשונגען.
דער מוזיי איז געגרינדעט געוואָרן אין 1872. לכתּחילה איז ער געווען געווידמעט די טעלעגראַפֿישע קאָמוניקאַציעס ווײַל קיין טעלעפֿאָנען, שוין אָפּגערעדט פֿון ראַדיאָ, זענען דעמאָלט נאָך נישט געווען בנימצא. אין אַ גרויסער מאָס האָט דער ענטוזיאַזם אַרום דעם טעלעגראַף אין רוסלאַנד געהאַט צו טאָן מיט דער געראָטענער טעטיקייט פֿון באָריס (מאָריץ) יאַקאָבי – אַ פּרײַסישער ייִד פֿון פּאָטסדאַם, וועלכער האָט זיך באַזעצט אין רוסלאַנד. צווישן אַנדערע חידושדיקע מכשירים, האָט יאַקאָבי אינעם יאָר 1850 געשאַפֿן די ערשטע טעלעגראַף־מאַשין, וואָס האָט געקאָנט אָפּדרוקן די אותיות פֿונעם טעקסט גלײַך, אַנשטאָט דעם מאָרזע־שליסל. איצט זענען אינעם מוזיי אָנגעזאַמלט כּלערליי עקספּאָנאַטן – פֿון אַלטע פּאָסטמאַרקעס ביז אַ ריזיקן מאַקעט פֿון אַ סאַטעליט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.