אַן אײַנוווינערין פֿון אַ מושבֿ אין צפֿון־ישׂראל און אַ געטרײַע לײענערין פֿונעם פֿאָרווערטס וועט דעם פֿרילינג פּראַווען איר הונדערטסטן געבוירן־טאָג, ביז הונדערט און צוואָנציק!
בעת אַן אינטערװיו מיטן פֿאָרװערטס האָט העניע ראַגאָל (פֿון דער הײם: קטן), אַ באָבע פֿון פֿינעף אײניקלעך און זיבן אור־אייניקלעך, געזאָגט אַז זי האָט ליב צו לײענען דעם פֿאָרװערטס, בפֿרט די אַרטיקלען װעגן געזונט. „ס’איז אַ גוטע צײַטונג. װעגן אַלץ װערט דאָרט געשריבן!‟
איר 34־יאָריק אייניקל, מייה [מאַיאַ], אַלײן אַ מאַמע פֿון צװײ קינדער, זאָגט אַז איר „סבֿתּא‟ (די משפּחה רופֿט זי סבֿתּא װײַל די צװײטע באָבע, װאָס װוינט אין קאַנאַדע, רופֿט מען „באָבע‟) האָט שטאַרק ליב ייִדיש און באַדויערט װאָס זי האָט עס נישט גערעדט מיט די אייניקלעך. „װען זי האָט אײן מאָל געלײענט אין פֿאָרװערטס אַז סטודענטן אין יאַפּאַן לערנען זיך ייִדיש האָט זי אּונדז געזאָגט: ‘איר זעט? אין אַמעריקע און אַפֿילו אין יאַפּאַן און כינע לערנען זיך סטודענטן ייִדיש, נאָר מײַנע אײגענע אײניקלעך קענען עס נישט!’ דערפֿאַר זינגט זי איצט ייִדישע לידער פֿאַר מײַן זון,‟ האָט מייה געזאָגט.
װען העניע זינגט אים די לידער בײַט זי אָבער אַמאָל געװיסע װערטער אויב זי האַלט אַז זײ זענען נישט פּינקטלעך. אינעם באַקאַנטן קינדערלידל, „מיטן זעגעלע, זעג זעג זעג‟, למשל, האָט זי געטוישט די לעצטע שורה „אַרבעט מאַכט דאָס לעבן זיס‟ אויף „טאַנצן מאַכט דאָס לעבן זיס‟.
„קינדער האָבן גיכער ליב צו טאַנצן און שפּילן װי צו אַרבעטן!‟ האָט העניע דערקלערט.
העניע געפֿינט אויך אַנדערע געלעגנהײטן צו זינגען אויף ייִדיש מיט דער משפּחה. חנוכּה־צײַט װען מע קומט זיך צונויף און מע זינגט „חנוכּה אוי חנוכּה‟ אויף העברעיִש, פֿאָדערט העניע אַז מע זאָל עס זינגען אויף ייִדיש אויך. (די ייִדישע װערסיע, װאָס איז טאַקע די תּחילתדיקע, האָט אָנגעשריבן מרדכי ריװעסמאַן.) הײַנט קענען שוין אַפֿילו די אוראײניקלעך די ייִדישע װערטער. „זי זינגט בלויז די ערשטע סטראָפֿע װײַל די צװײטע געדענקט זי נישט,‟ האָט מיה געזאָגט.
װי אַ סך לעבן געבליבענע פֿון חורבן האָט העניע איבערגעלעבט אַ סך נסים. זי איז געבוירן געװאָרן דעם 11טן מײַ 1919, איינס פֿון דרײַ קינדער. דער טאַטע, יצחק, איז געווען אַ הויזמײַנסטער און די מאַמע, שׂרה־נחמה — אַ נייטאָרין. העניע, אָדער ווי מע האָט זי גערופֿן — הענקע, האָט זיך געלערנט אין דער „שמעון פֿרוג שול‟, אַ מײדלשול אין ווילנע געגרינדעט אין 1908. העניע האָט געזאָגט אַז מע האָט אין שול געלערנט ייִדיש, העברעיִש און דײַטש אָבער איר באַליבטסטער לימוד איז דווקא געווען גימנאַסטיק. „איך האָב ליב געהאַט ספּאָרט,‟ האָט זי געזאָגט.
אײנע פֿון די תּלמידות אין דער „שמעון פֿרוג־שול‟ איז געװען די צוקונפֿטדיקע פֿרוי פֿונעם פּאָעט אַבֿרהם סוצקעװער — פֿרײדקע. העניע געדענקט נאָך װי פֿרײדקע האָט אײן מאָל, לכּבֿוד פּורים, זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ צײַטונג־ייִנגל.
העניע איז דעמאָלט אויך געװען זײער אַקטיװ אין „בין‟, אַ ייִדישע יוגנט־אָרגאַניזאַציע געגרינדעט פֿון מאַקס װײַנרײַך, וווּ מע האָט געלערנט די קינדער צווישן 8 און 17 יאָר די מעלות פֿון זײַן אַ סקויט, שפּילן ספּאָרט, גיין אויף וואַלדשפּאַצירן און באַטייליקן זיך אין מוזיקאַלישע און טעאַטראַלע אַקטיוויטעטן. װעגן דער באָבעס טעטיקײטן אין „בין‟ האָט מייה זיך דערװוּסט נאָך דעם װי זי האָט קינדװײַז אויסגעפֿרעגט די באָבע װי אַ טײל פֿון „עבֿודת שרשים‟ [אויספֿאָרשן די משפּחה־וואָרצלען], װאָס זי האָט געדאַרפֿט מאַכן פֿאַר דער שול.
„סבֿתּא האָט מיר דעמאָלט טאַקע געזאָגט: ‘ביזן הײַנטיקן טאָג בין איך נישט קיין בונדיסט, און נישט קיין ציוניסט. איך בין אַ ‘בין’!‟
העניעס זון, צבֿי, האָט דערצײלט דעם פֿאָרװערטס אַז בשעת דער מלחמה איז זײַן מאַמע געװען אין װילנער געטאָ װוּ זי האָט געזאַמלט טאָרף פֿאַר באַהייצונג, אין איינעם מיט אַנדערע יונגע לײַט, אַרײַנגערעכנט הירש גליק, דער מחבר פֿון דער „פּאַרטיזאַנער הימנע‟. זי האָט באַװיזן צו אַנטלויפֿן פֿון געטאָ און האָט מער װי אַ יאָר צײַט געװאַנדערט איבער די דערפֿער. אַ דאַנק דעם װאָס איר מאַמע האָט זי אויסגעלערנט נײען האָט זי גענײט פֿאַר די פּויערים און זיי האָבן זי געלאָזט שלאָפֿן בײַ זײ אין שײַער. „כ’בין געװען אַ שנײַדערקע און גענײט פֿאַר גויים,‟ האָט העניע געזאָגט. „אַ דאַנק שנײַדערײַ בין איך געבליבן לעבן אין דער צײַט פֿון היטלערן.‟
נאָך דער מלחמה האָט העניע זיך אומגעקערט קיין װילנע און זיך דערװוּסט אַז זי איז די אײנציקע אין דער משפּחה װאָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן: טאַטע־מאַמע האָט זי קײן מאָל מער ניט געזען; איר שװעסטער, חיה, איז נאָך פֿאַר דער מלחמה געהאַט אַװעק קיין רוסלאַנד, װוּ מע האָט זי פֿאַרשיקט קיין סיביר און עד־היום װײסט העניע נישט װאָס ס’איז פֿון איר געװאָרן. און איר ברודער, מאָני, האָבן רוסישע קאָמוניסטן דערהרגעט.
אין װילנע האָט זי באַגעגנט אַ בחור װאָס זי האָט געקענט פֿאַר דער מלחמה, יחזקאל ראַגאָל, װאָס איז ערשט געהאַט צוריקגעקומען פֿון סיביר. זײ האָבן חתונה געהאַט, דערצויגן צװײ קינדער אין װילנע, צבֿי און נחמה, און אין 1957 - אַ יאָר װען אַ סך ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט די שטאָט ־ האָבן זײ עולה געװען קיין ישׂראל און זיך באַזעצט אין ירושלים. יאָרן לאַנג האָט העניע געאַרבעט בײַ פֿאַרשידענע שטעלעס, ביז זי האָט גענומען אַ קורס אין דערנערונג פֿונעם „הדסה־שפּיטאָל‟ און באַקומען אַ צערטיפֿיקאַט צו אַרבעטן װי אַ דיעטעטיקערין.
„אין ירושלים איז זי ביז פֿאַראַיאָרן, צו 99 יאָר, דרײַ מאָל אַ װאָך אַלײן געפֿאָרן מיטן אויטאָבוס און מיט דער באַן אין מאַרק כּדי צו קויפֿן פֿרוכטן און גרינסן פֿאַר אונדז,‟ האָט מייה געזאָגט. „אויב די זעק זענען איר געװען צו שװער איז זי געפֿאָרן צװײ מאָל אין איין טאָג. בײַ מיר איז זי תּמיד געװען אַ העלדין.‟
איצט װוינט העניע אין מושבֿ שורשים ־ אַ ייִשובֿ װאָס איר זון צבֿי און זײַן פֿרוי, מאַרילין, האָבן געגרינדעט ־ נאָענט צו ס’רובֿ פֿון אירע קינדער, אייניקלעך און אור־אײניקלעך. נישט געקוקט אויף איר הויכן עלטער װוינט העניע נאָץ אַלץ אַלײן אין דער אײגענער דירה. ס’איז נישט גרינג אָבער זי גיט זיך אַן עצה.
„איך הער שװאַך און איך זע שװאַך אָבער איך גײ נאָך!‟ האָט העניע געזאָגט און צוגעגעבן מיט אַ שמײכל: „אַלע מעגן נעמען אַ בײַשפּיל פֿון מיר!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.