די ערשטע צען יאָר פֿון מאַרק שאַגאַלס קינסטלערישער קאַריערע איז מסתּמא געװען די סאַמע געשפּאַנטע און שעפֿערישסטע צײַט אין זײַן לעבן. דאָס איז געװען די צײַט פֿון שטודירן און אויסזוכן זײַן אײגענעם װעג אין קונסט. זײַן סטיל האָט זיך אױסגעפֿורעמט בהדרגה װי אַן אָפּרוף אױף פֿאַרשידענע שטרעמונגען אין דער מאָלערײַ פֿון יענער עפּאָכע. דער אױסברוך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט אים ניט דערלאָזט אומצוקערן זיך קײן מערבֿ־אײראָפּע, האָט ער געמוזט פֿאַרבלײַבן אין רוסלאַנד, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט בײַ זײַן משפּחה אין װיטעבסק. דאָ, אין דער באַקאַנטער ייִדישער סבֿיבֿה, האָט ער געפֿונען אַ פֿרישן שטאָף פֿאַר זײַן קינסטלערישן כּוח־הדמין.
אינעם קונסטמוזײ אין באַזעל האָט מען לעצטנס געוויזן אַן אױסשטעלונג פֿון שאַגאַלס װערק געשאַפֿן צװישן 1911 און 1919 וואָס האָט אַנטפּלעקט דעם פּראָצעס פֿון שאַגאַלס אױסשטאַלטיקונג װי אַ רײַפֿער אָריגינעלער קינסטלער. דער קאַטאַלאָג פֿון דער דאָזיקער אױסשטעלונג אַנטהאַלט װיכטיקע פֿאַקטישע ידיעות און פֿאָרשערישע שטודיעס, װאָס לאָזט בעסער פֿאַרשטײן דעם דאָזיקן פּראָצעס.
לכתּחילה האָט שאַגאַל שטודירט מאָלערײַ אין װיטעבסק בײַם אָרטיקן קינסטלער יהודה פּען, און האָט ממשיך געװען זײַן אויסשולונג אין פּעטערבורג בײַם באַרימטן רוסיש־ייִדישן קינסטלער לעאָן באַקסט. געשטיצט דורכן באַרימטן ייִדישן אַדװאָקאַט מאַקסים װינאַװער איז שאַגאַל געפֿאָרן קײן פּאַריז, װוּ ער האָט אַנטדעקט פֿאַר זיך די סאַמע נײַסטע חידושים אין דער פֿראַנצייזישער קונסט.
די אַרטיקלען אינעם קאַטאַלאָג באַטראַכטן שאַגאַלס קינסטלערישע אַנטװיקלונג פֿון פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן. דער יונגער שאַגאַל האָט ניט סתּם אױפֿגענומען השפּעות פֿון פֿראַנצייזישע און רוסישע קינסטלער, נאָר האָט זיך אָפֿט מאָל אַרײַנגעלאָזט אין אַ שעפֿערישן סיכסוך מיט מער באַרימטע קינסטלער. דאָס דערקענט מען למשל אין געוויסע מאָדנע פּאָזיציעס פֿון פֿיגורן אױף זײַנע בילדער. עס טרעפֿט זיך צומאָל אַז דער קאָפּ פֿון אַ מענטש איז איבערגעדרײט אױף אַראָפּ אָדער לגמרי אָפּגעטײלט פֿונעם גוף. אַנגעלאַ לאַמפּע טײַטשט דאָס אױס װי אַ סימן פֿון שאַגאַלס אָפּלײקענען דעם רעאַליסטישן סטיל, ווי ער וואָלט געוואָלט ממש שטעלן די קונסט מיטן קאָפּ אַראָפּ.
שאַגאַל האָט געשעפּט זײַן יניקה פֿון כּלערלײ מקורים און נאַציאָנאַלע טראַדיציעס. כּסדר האָט ער איבערגעניצעװעט די געבאָרגענע עלעמענטן אױף זײַן אײגענעם אָריגינעלן שטײגער. ער האָט גענוצט די פֿאַרקערטע פּערספּעקטיװ פֿון רוסישע איקאָנעס, און בײַ די רוסישע קינסטלער־פּרימיטיװיסטן האָט ער זיך אָנגעלערנט װי אַזױ נאָכצומאַכן פֿאָלקסטימלעכע מאָטיװן. אָבער צומאָל איז ער געװען זײער פּינקטלעך און אַקוראַט, בפֿרט אין זײַנע געשטאַלטן פֿון פּראָסטע ייִדן. אָלגאַ אָסאַדטשי פֿאַרגלײַכט שאַגאַלס פּאָרטרעטן פֿון עלטערע ייִדן מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון שלמה יודאָװין פֿון ש. אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס פֿון 1911–1913. עס איז ניט קלאָר, צי שאַגאַל האָט טאַקע געזען די דאָזיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס, אָבער אײניקע פֿיגורן זײַנע זעען אױס זײער ענגלעך צו יודאָװינס פֿאָטאָס. שאַגאַל האָט באַפֿאַרבט די שװאַרץ־װײַסע פֿיגורן מיט זײַנע אָריגינעלע קאָלירן, צומאָל גרין, צומאָל רױט.
װי אַ צוגאָב צום קאַטאַלאָג האָט די ייִדישע היסטאָריקערין שיפֿרה קופּערמאַן צונױפֿגעשטעלט אַ ניצלעכע זאַמלונג קריטישע אָפּשאַצונגען פֿון שאַגאַל אין דער ייִדישער פּרעסע פֿון די 1920ער יאָרן. אין 1921 האָט שכנא עפּשטײן אין דער ניו־יאָרקער „צוקונפֿט‟ פֿאָרגעשטעלט דעם יונגן קינסטלער פֿאַר דער ברייטער לייענערשאַפֿט װי אַ תּלמיד פֿונעם װיטעבסקער „רבין‟, יהודה פּען. בעל–מחשבֿות האָט דערקענט אין שאַגאַלס שאַפֿונג אַן אינעװײניקע סתּירה צװישן דעם נאַציאָנאַלן ייִדישן מהות און דער אַלװעלטלעכקײט פֿון זײַן עולם. און דער בערלינער „מילגרױם‟ האָט דװקא געלױבט שאַגאַלן פֿאַר זײַן אײגענעם סטיל, װאָס איז געװען אי ייִדיש, אי אײראָפּעיִש.
אין 1924 איז אין דער װאַרשעװער צײַטשריפֿט „ליטעראַרישע בלעטער‟ דערשינען „אַ בריװ פֿון פּאַריז‟ פֿון מנחם פֿלאַקסער, װעלכער האָט דערצײלט װעגן זײַן באַזוך אין שאַגאַלס סטודיאָ. פֿלאַקסער האָט מיטגעטײלט, אַז שאַגאַל איז ניט געװען צופֿרידן מיט זײַנע פּאָרטרעטן פֿון ייִדן, װײַל זײ זײַנען פֿאַר אים געװען צו נאַטוראַליסטיש. ער האָט געװאָלט מאָלן „אײביקע‟ ייִדישע געשטאַלטן. שאַגאַל האָט זיך אױך מודה געװען, אַז זײַן טיפֿסטער באַגער איז געװען צו אילוסטרירן י. ל. פּרצעס װערק. צו פּרצעס צענטן יאָרצײַט אין 1925 האָט די רעדאַקציע פֿון „ליטעראַרישע בלעטער‟ געבעטן בײַ שאַגאַלן אָנצושרײַבן אַן אַרטיקל פֿאַרן ספּעציעלן פּרץ־נומער. שאַגאַל האָט זיך געטײלט מיט די לײענער מיט זײַנע איבערלעבונגען בײַם אילוסטרירן פּרצעס דערציילונג, „דער קונצנמאַכער‟. ער האָט צוגעזאָגט צו שאַפֿן אילוסטראַציעס פֿאַר דער גאַנצער סעריע פֿון די „פֿאָלקסטימלעכע געשיכטעס‟.
אין 1925 האָט שאַגאַל פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע, „אײגנס‟, אין פֿינף המשכים אין „די צוקונפֿט‟. אָנגעשריבן האָט ער דעם טעקסט אױף רוסיש, און די ייִדישע איבערזעצונג האָבן געמאַכט זײַנע פֿרײַנד פּרץ מאַרקיש און עוזר װאַרשאַװסקי. אַ צווייטער קירצערער נוסח פֿון זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע איז דערשינען מיט אַ יאָר שפּעטער אין די „ליטעראַרישע בלעטער‟. קופּערמאַן האַלט דעם דאָזיקן טעקסט פֿאַר אַ מין אַני־מאמין, אין װעלכן שאַגאַל פּראָקלאַמירט די פּרינציפּן פֿון זײַן קינסטלערישן װעלטבאַנעם. צום סוף פֿון די 1920ער יאָרן איז שאַגאַל שױן אױפֿגענומען געװאָרן װי אַן אײגענער אין דער ייִדישער ליטעראַרישער משפּחה. אַ סימן דערפֿון, האַלט קופּערמאַן, איז אַ גרױסער אַרטיקל װעגן שאַגאַל אין דעם פֿערטן באַנד פֿון זלמן רײזענס „לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, פּרעסע און פֿילאָלאָגיע‟. דאָ רעדט זיך באריכות װעגן שאַגאַלס מאָלערײַ און װײניק װעגן זײַן שרײַבן.
דער באַזעלער קאַטאַלאָג טײלט זיך אױס פֿונעם ברײטן שטראָם פֿון שאַגאַל־פּובליקאַציעס ווײַל ער באַהאַנדלט װיכטיקע אַספּעקטן פֿון שאַגאַלס קונסט, װאָס לאָזן דערקענען זײַן חשיבֿות װי אַ מאָדערנער ייִדישער קינסטלער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.