אַ פּרעכטיקער מקור פֿאַר די װאָס פֿאָרשן די משפּחה־געשיכטע

Superb Resource For Those Researching Their Family History

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 28, 2019.
לאָראַ פֿראַנק קוקט אַרײַן אינעם יזכּור־בוך פֿון איר זיידנס שטעטל, בזשעזשין
Aaron Frank
לאָראַ פֿראַנק קוקט אַרײַן אינעם יזכּור־בוך פֿון איר זיידנס שטעטל, בזשעזשין

מיט עטלעכע װאָכן צוריק האָב איך פֿאַרבראַכט פֿרײַטיק־צו־נאַכטס בײַ דער משפּחה פֿון אַ חבֿרטע מײַנער, לאָראַ פֿראַנק — אַ געשיכטע־לערערין אין אַ ייִדישער מיטלשול אין ריװערדײל, נ”י, — און בײַם סוף פֿון דער װעטשערע האָט זי מיר געװיזן דאָס יזכּור־בוך פֿון איר זײדנס שטעטל, בזשעזשין, אין װעלכן די הקדמה צום בוך האָט אָנגעשריבן איר זײדע אַלײן.

איר באַגײַסטערונג װעגן דעם יזכּור־בוך האָט מיך שטאַרק אימפּאָנירט. הגם איך האָב בײַ מיר אין דער הײם צװײ יזכּור־ביכער, מוז איך זיך מודה זײַן אַז איך קוק זעלטן אין זײ אַרײַן. זעענדיק אָבער לאָראַס ענטוזיאַזם פֿאַרן בזשעזשינער באַנד האָט מיך אינספּירירט, סוף־כּל־סוף, אָנצוהײבן לײענען טײלן פֿון די ביכער. װאָס איך האָב דאָרט געפֿונען האָט מיך אַלײן פֿאַרכאַפּט.

די יזכּור־ביכער מערקן אָפּ דעם אָנדענק פֿון די אײַנגעפֿונדעװעטע ייִדישע ייִשובֿים אין די מיזרח־אײראָפּעיִשע שטעט און שטעטלעך װאָס זענען פֿאַרטיליקט געװאָרן פֿון די דײַטשן. אַ סך פֿון זײ זענען צונויפֿגעשטעלט געװאָרן פֿון די לאַנדסמאַנשאַפֿטן פֿון יענע ייִשובֿים. זינט דעם חורבן האָט מען אַרויסגעגעבן בערך 900 אַזוינע יזכּור־ביכער; ס’רובֿ פֿון זײ — אויף ייִדיש אָדער העברעיִש, כאָטש אַ טײל פֿון זײ האָט מען אויך איבערגעזעצט אויף ענגליש.

אַ צאָל פֿון די יזכּור־ביכער האָט מען שוין אַפֿילו איבערגעזעצט אויף ענגליש און דיגיטאַליזירט. זײ געפֿינען זיך בײַ אַ צאָל װעבזײַטן, װי דער ייִדישער ביכער־צענטער, די ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק און די גענעאָלאָגישע װעבזײַט, “דזשויִש דזשען”.

די יזכּור־ביכער רעכענען אויס די נעמען פֿון די אומגעבראַכטע קדושים װאָס שטאַמען פֿון יענער שטאָט אָדער שטעטל, פּונקט אַזוי װי שילן טוען מיט זײערע אײגענע פֿאַרשטאָרבענע מתפּללים יעדן יום־כּיפּור, שמיני־עצרת, פּסח און שבֿועות. אָבער אַחוץ דעם באַשרײַבן די ביכער אויך די געשיכטע פֿונעם ייִשובֿ און זײַן אַמאָליק טאָג־טעגלעך לעבן. אַז מע לײענט װעגן די באַקאַנטע פּערזענלעכקײטן פֿונעם שטעטל, די ייִדישע אינסטיטוציעס, די הויפּט־אינדוסטריעס און די פּערזענלעכע זכרונות פֿון די אַמאָליקע אײַנװוינער, װערט די שטאָט אָדער שטעטל אויפֿגעלעבט פֿאַר אונדזערע אויגן.

אין איר אַרײַנפֿיר צום בוך װעגן אײשישאָק, דערקלערט ד”ר עליאַך, אַלײן אַ געבוירענע אין דער שטאָט, אַז דאָס איז טאַקע געװען איר ציל בײַם אָנשרײַבן דעם באַנד:

אין אײשישאָק, װי אין אַנדערע ערטער אין פּוילן און ליטע, איז די כּמעט 1000־יאָריקע געשיכטע פֿון אַ לעבעדיקער קהילה רעדוצירט געװאָרן צו האַרבע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון טויט… אימאַזשן פֿון שרעקלעך אויסגעדאַרטע קאַצעטן, בערג מיט סקעלעטן, דעם אַש פֿון די קרעמאַטאָריעס… טאַקע דערפֿאַר האָב איך באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ דענקמאָל װאָס באַשרײַבט דאָס לעבן, נישט דעם טויט: אויפֿלעבן פֿאַרן לײענער דאָס פֿאַרשװוּנדענע מאַרקשטעטל, װאָס איז אַ מאָל געװען מײַן הײם.

עליאַך באַשרײַבט די רבנים און די רביצינס, דעם חדר, די באָד, די מעדיצינישע באַהאַנדלונג, משפּחה־באַציִונגען, אַגריקולטור, און צענדליקער אַנדערע טעמעס, אָפֿט מאָל באַגלײט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס. ס’איז אַזוי פּרטימדיק און פֿאַרכאַפּנדיק אַז איך האָב אָפּגעמאַכט בײַ זיך צו לײענען יעדן אויפֿדערנאַכט אַ 4־5 זײַטן.

דאָס יזכּור־ביכער פֿאַר לאָדזש
דאָס יזכּור־ביכער פֿאַר לאָדזש

דאָס צװײטע יזכּור־בוך בײַ מיר אין ביבליאָטעק, „פּנקס לאָדזש‟, איז אינטערעסאַנט צוליב אַ צװײטער סיבה: צוליב דעם װאָס ס’איז געשריבן אויף ייִדיש דערװיסט מען זיך כּלערלײ װערטער און אויסדרוקן װאָס מע ניצט הײַנט זעלטן. די אינסטיטוציע װוּ מע האָט אויפֿגעפּאַסט אויף די גײַסטיק קראַנקע, למשל, רופֿט מען דאָ דאָס „משוגעים־הויז‟ — אַ טערמין װאָס מע הערט הײַנט בלויז בײַ װיצן. אויף ז’ 53 שטײט: „דאָס ‘משוגעים־הויז’ אויף װעסאָלע גאַס 17 איז געגרינדעט געװאָרן אין 1893 דורך ישעיה ראָזענבלאַט, װעלכער האָט אַ טײל פֿון אַמאָליקן טהרה־הויז בײַם אַלטן בית־החיים איבערגעבויט און דערצו אַ חלק צוגעבויט אויף זײַנע אײגענע קאָסטן…‟ װײַטער שטײט אַז אין 1926 האָט די ייִדישע קהילה אין לאָדזש „איבערגענומען אין איר רשות דאָס ‘משוגעים־הויז’ און דאָרט אויך אַדורכגעפֿירט אַ גרונטלעכן רעמאָנט. אין ‘משוגעים־הויז’ געפֿינען זיך ביז 60 בעטלעך פֿאַר גײַסטיק־קראַנקע (פֿרויען און מענער) װעלכע װערן אויסגעהאַלטן אויפֿן חשבון פֿון דער ייִדישער קהילה אין לאָדזש.‟

מע לײענט אויך װעגן „שפּײַז־אַקציעס‟: „כּדי צו קומען צו הילף די אָרעמסטע שיכטן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, האָט די קהילה־פֿאַרװאַלטונג באַשלאָסן צו צעטײלן 1,000 פּעקלעך לעבנס־מיטל, װאָס אַנטהאַלט 1 קילאָ צוקער, 2 ק. װײצן־מעל, 2 ק. אַרבעס און 1 ק. רײַז.‟

דורכבלעטערנדיק די צענדליקער קאַפּיטלען װעגן אָנגעזעענע רבנים פֿון לאָדזש האָב איך פּלוצלינג דערזען אַ קאַפּיטל װעגן אַ רבֿ, ר’ הערצל האַרצשטאַרק, װאָס טראָגט דעם זעלבן פֿאַמיליע־נאָמען װי דער לאַנגיאָריקער פּרינציפּאַל פֿון דער „סאַלאַנטער עקיבֿא מיטלשול אין ריװערדײל‟, הרבֿ נפֿתּלי האַרצשטאַרק (אַגבֿ, די זעלבע שול װי לאָראַ פֿראַנק לערנט געשיכטע). דערצו האָט דאָס בילד פֿונעם לאָדזשער רבֿ טאַקע אויסגעזען װי דער פּרינציפּאַל. בלויז אַ צופֿאַל? מיר האָט זיך געדאַכט אַז נײן, האָב איך מיט מײַן סמאַרטפֿאָן פֿאָטאָגראַפֿירט די זײַט און איבערגעשיקט דעם פּרינציפּאַל, פֿרעגנדיק צי אפֿשר איז דאָס זײַן עלטער־זײדע?

רעכטס: דער פּרינציפּאַל פֿון דער „עס־איי־אַר מיטלשול‟ אין נ׳׳י, הרבֿ נפֿתּלי האַרצשטאַרק, אין 2005. לינקס: זײַן זיידע, הרבֿ הערץ האַרצשטאַרק, אין לאָדזש פֿאַר דער מלחמה
Youtube/Pinkhas Lodzh
רעכטס: דער פּרינציפּאַל פֿון דער „עס־איי־אַר מיטלשול‟ אין נ׳׳י, הרבֿ נפֿתּלי האַרצשטאַרק, אין 2005. לינקס: זײַן זיידע, הרבֿ הערץ האַרצשטאַרק, אין לאָדזש פֿאַר דער מלחמה

שרײַבט ער מיר צוריק אַז דאָס איז נישט זײַן עלטער־זײדע נאָר טאַקע זײַן זײדע, און ער האָט אַפֿילו דעם „פּנקס לאָדזש‟ בײַ זיך אין דער הײם.

מײַן אַנטדעקונג במשך פֿון בלויז עטלעכע טעג אַז סײַ לאָראַ פֿראַנק סײַ הרבֿ האַרצשטאַרק, אַמעריקאַנער געבוירענע ייִדן װאָס זענען נישט קיין פֿליסיקע ייִדיש־רעדער, האָבן בײַ זיך אין דער הײם דאָס ייִדיש־שפּראַכיקע יזכּור־בוך פֿונעם שטאָט אָדער שטעטל פֿון זײערע אָבֿות, האָט מיך הנאָה געטאָן און מיך איבערצײַגט אַז אויך אַנדערע מענטשן װאָס זוכן אַ פֿאַרבינדונג מיט זײער משפּחה־געשיכטע װאָלטן געמעגט זיך דערװיסן װאָס פֿאַר אַ אוצרות ליגן באַהאַלטן אין די בענד און דערבײַ זײ אינספּירירן זיך אויסצולערנען ייִדיש.

בײַם געזעגענען זיך מיט דער משפּחה פֿראַנק האָבן לאָראַ און אויך געזאָגט אַז ס’װאָלט געװען שײן װען די „עס־אײ־אַר‟ מיטלשול װאָלט געגעבן אירע סטודענטן די מעגלעכקײט צו שטודירן ייִדיש. איר זון דאַװי, אַלײן אַ תּלמיד פֿונעם 11טן קלאַס אין „עס־אײ־אַר‟ האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ און געזאָגט: „אויב די שול װעט גיבן אַ ייִדיש־קלאַס װאָלט איך אים גענומען און מיר דאַכט זיך, אַז אַנדערע װאָלטן אים אויך גענומען.‟