פּורים־שׂימחה בײַ דער „פֿאָלקסבינע‟

Purim Party at the Folksbiene

די קאַפּעליע  „ציבעלע‟
Tsibele
די קאַפּעליע „ציבעלע‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 28, 2019.

טאָמער וויל מען הערן די גאַנצע מגילה אויף אַ שיינעם ליטעראַרישן ייִדיש, פֿאָרגעלייענט פֿון ייִדישע אַקטיאָרן און ספּעציעלע געסט וואָס קענען גוט די שפּראַך, אָרגאַניזירט די „פֿאָלקסבינע‟ יעדעס יאָר אַ פֿאָרלייענונג פֿון דער מגילה אין יהואשס קלאַסישער איבערזעצונג. מע וועט פּראָיעקטירן אַן איבערזעצונג פֿונעם טעקסט אויף ענגליש.

צוזאַמען מיט דער פֿאָרלייענונג שטעלט די „פֿאָלקסבינע‟ הײַיאָר אויך פֿאָר אַ פּורים־שׂימחה מיט קלעזמער־מוזיק. עס וועט אויפֿטרעטן די קאַפּעליע „ציבעלע‟, וואָס איז באַקאַנט סײַ פֿאַר איר טראַדיציאָנעלן סטיל, סײַ פֿאַר אירע פּאָליטישע לידער. בײַ דער שׂימחה וועט דער עקספּערט פֿון ייִדישער טענץ, סטיוו ווײַנטרויב, ווײַזן דעם עולם ווי אַזוי מיטצוטאַנצן צום טאַקט פֿון די לידער אויף אַ טראַדיציאָנעלן אופֿן.

דער אײַנטריט איז 25$ און נעמט אַרײַן המן־טאַשן. מע וועט אויך סערווירן ביר און משקה.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 20סטן מאַרץ, 7 אַ זייגער אין אָוונט בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטורירושה‟ אין מאַנהעטן. כּדי צו באַשטעלן בילעטן, באַזוכט: nytf.org.