אַז מע וועט באַלד אויפֿהערן צו דרוקן דעם פֿאָרווערטס וועט „אויפֿן שוועל‟, דער אָרגאַן פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟, בלײַבן די איינציקע געדרוקטע אויסגאַבע אויף ייִדיש אין אַמעריקע מחוץ דער חסידישער וועלט.
אינעם נײַעם ווינטער־פֿרילינג־נומער, שרײַבט די רעדאַקציע, לכּבֿוד דעם 78סטן יובֿל פֿונעם זשורנאַל, אַז „מיט מזל (און מי) וועט דער זשורנאַל אונדז אַלעמען איבערלעבן.‟
דער אינהאַלט פֿונעם איצטיקן נומער ווײַזט בולט אָן, אַז דער שעף־רעדאַקטאָר שבֿע צוקער וויל, אַז דער זשורנאַל זאָל דינען ניט בלויז ווי אַ פּלאַטפֿאָרמע פֿאַר אַרטיקלען וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט, נאָר אויך זײַן אַן אויסגאַבע אין וועלכער מע קען אַרומרעדן הײַנטיקע ענינים און דרוקן נײַע דערציילונגען און לידער אויף מאַמע־לשון.
להיפּוך צו ס׳רובֿ נומערן פֿונעם זשורנאַל, האָט דער איצטיקער נומער ניט קיין הויפּטטעמע, נאָר אַ געמיש פֿון פֿאָרשערישע אַרטיקלען, בעלעטריסטיק און אינטערוויוען וועגן פֿאַרשידנאַרטיקע טעמעס.
ד׳׳ר מלך ווישוואַנאַט און משהלע אַלפֿאָנסאָ שרײַבן, למשל, וועגן צוויי לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדישע קהילות. ד׳׳ר ווישוואַנאַט איז געפֿאָרן אויף אַ רײַזע קיין בראַזיל און גיט איבער זײַנע אײַנדרוקן פֿון דער שטאָט רעציפֿע, וווּ מע האָט געגרינדעט די ערשטע ייִדישע קהילה אין די אַמעריקעס. דאָרטן געפֿינט ער שפּורן פֿון די אַמאָליקע ספֿרדישע אימיגראַנטן און באַזוכט די שילן פֿון די ייִדן, וואָס וווינען דאָרטן הײַנט־צו־טאָג. אַלפֿאָנסאָ, אַ ייִדיש־לערער און קולטור־טוער אין מיאַמי־ביטש, פֿלאָרידע, גיט איבער די זכרונות פֿון אַ גרופּע ייִדיש־רעדנדיקע קובאַנער ייִדן וואָס האָבן זיך דאָרטן באַזעצט און דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער צײַטונג „האַוואַנער לעבן.‟
אײַזיק בלימאַן, אַ לינגוויסט וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן הײַנטיקן חסידישן ייִדיש, שטעלט פֿאָר אַן אינטערוויו מיט „ראובֿן‟, דעם רעדאַקטאָר פֿונעם חסידישן זשורנאַל „דער וועקער‟, וואָס מאַכט אַ שטיקל רעוואָלוציע אין דער חסידישער פּרעסע. ראובֿן דערציילט אינעם אינטערוויו פֿאַר וואָס מע האָט באַשלאָסן צו שאַפֿן דעם זשורנאַל, וואָס איז געוואַקסן ווי אַ צוגאָב צום אינטערנעץ־פֿאָרום „קאַווע־שטיבל.‟ ער דערקלערט אויך פֿאַר וואָס ער איז דווקא צופֿרידן, וואָס אויך וועלטלעכע און מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן לייענען, און צומאָל — שרײַבן, פֿאַרן זשורנאַל.
לגבי גאָר אַן אַנדער רעליגיעזן שטראָם בײַ ייִדן שרײַבט נעמי זײַדמאַן אַ פֿאָרשערישער אַרטיקל וועגן ד׳׳ר חיים איינשפּרוך, אַ ייִד וואָס האָט זיך געשמדט און באַשלאָסן אַרויסצוגעבן די קריסטלעכע ביבל, די ברית־הדשה, אויף אַ ליטעראַרישן ייִדיש. זײַדמאַן דערקלערט אַז להיפּוך צו ס׳רובֿ איבערזעצונגען פֿון דער ברית־הדשה אויף מאַמע־לשון, האָט ד׳׳ר איינשפּרוך פּרובירט דורך זײַן איבערזעצונג אַרויסצוהייבן דווקא די ייִדישע וואָרצלען פֿון קריסטנטום. זײַן לשון, דורכגעזאַפּט מיט לשון־קודש און פֿראַזעס פֿון יהואשס איבערזעצונג פֿון תּנ׳׳ך, איז שטאַרק געפֿעלן געוואָרן געוויסע ייִדישע שרײַבער, אַרײַנגערעכנט מלך ראַוויטש.
אין דער אָפּטיילונג געווידמעט בעלעטריסטיק געפֿינט מען דרײַ אָריגינעלע דערציילונגען: באָריס סאַנדלערס „אַ ייִד אין דאָרף‟; אַ פֿאָלקסטימלעכע דערציילונג פֿון סקאָט הילטאָן־דייוויס — „רב שמעון דער שמשׂ‟, און די מעשׂה „לאָריק פֿון די נאַכט־שדים‟ פֿון דער שרײַבערין טינאַ פּערסאָן (שוועדן). אין דער סעקציע געפֿינט מען אויך אַן אַרטיקל פֿון יעלענע סאַראַשעווסקאַיאַ, די רעדאַקטאָרשע פֿון דער צײַטונג „ביראָביזשאַנער שטערן‟, אין וועלכן זי דערקלערט ווי אַזוי מע האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אינעם ייִדישן אויטאָנאָמישן געגנט אַ צוויישפּראַכיקע אויסגאַבע פֿון באָריס סאַנדלערס אַ קינדערביכל.
נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן „אויפֿן שוועל‟, באַזוכט: //www.leagueforyiddish.org/afnshvel.html.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.