די הײַנטיקע סדרה איז די לעצטע אינעם ציקל פֿון פּרשיות, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער מלאכת־המשכּן. די תּורה גיט אונדז איבער אַ חשבון פֿון די מאַטעריאַלן, וואָס מע האָט געזאַמלט. דערפֿאַר הייסט די פּרשה „פּקודי‟ — חשבונות.
דער חשבון הייבט זיך אָן פֿון גאָלד. בסך־הכּל, האָט מען געזאַמלט 29 כּיכּר און 730 שקל פֿונעם טײַערן מעטאַל. די תּורה גיט צו, אַז מע האָט גערעכנט לויט אַ געוויסער „הייליקער מאָס‟ — שקל־הקודש. באַקומט זיך בערך 2,000 פֿונט גאָלד — אַ נישקשהדיקער סכום! 3,600 שקלים באַטרעפֿן איין כּיכּר — אָדער אויף גריכיש איין טאַלאַנט. דאָס הײַנטיקע וואָרט, וואָס באַצייכנט אַן אויסערגעוויינטלעכע פֿעיִקייט, האָט לכתּחילה געמיינט אַ גרויסע מאַסע גאָלד, זילבער אָדער קופּער. צו האָבן אַ „גאָלדענעם טאַלאַנט‟ האָט בוכשטעבלעך געמיינט צו פֿאַרמאָגן אַ גרויסן אוצר.
הײַנט זעען פֿאַר אונדז אויס די חשבונות אין דער תּורה גאַנץ פּשוט. מיט 3,000 יאָר צוריק זענען זיי אָבער געווען אַ סימן פֿון אַ הויך אַנטוויקלטער קולטור. אין משה רבינוס תּקופֿה זענען ייִדן זיכער געווען באַקאַנט מיט דער מיצרישער מאַטעמאַטיק. אַחוץ מצרים, האָט קאָמפּליצירטע מאַטעמאַטיק דעמאָלט געבליט אין בבֿל, אינדיע און כינע. אַ סך אַנדערע פֿעלקער האָבן דעמאָלט בלויז געקאָנט רעכענען אויף די פֿינגער ביז צען.
הונדערטער יאָרן נאָך משהס צײַטן האָבן זיך באַוויזן גרויסע מאַטעמאַטישע חכמים בײַ די גריכן. אין דער מיטל־עלטער האָבן די אַראַבער ווײַטער אַנטוויקלט די דאָזיקע חכמה. דעריבער, האָבן די ספֿרדישע ייִדן אין דער מוסולמענישער שפּאַניע געקענט די חכמת־החשבון בעסער, ווי ס׳רובֿ אייראָפּעער.
רבי אַבֿרהם אבן עזרא (1089 – בערך 1167), וואָס זײַן יאָרצײַט פֿאַלט אויס דעם הײַנטיקן ערבֿ־שבת, איז צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ קלאַסישער מפֿרש פֿון תּנ״ך. אַחוץ דעם איז ער אויך געווען אַ בעל־דיקדוק, פֿילאָסאָף, אַסטראָנאָם, אַסטראָלאָג, פּאָעט און מאַטעמאַטיקער. אַסטראָלאָגיע האָט מען דעמאָלט באַטראַכט ווי אַ חשובֿע חכמה; אין זײַן אַסטראָלאָגישן „ספֿר העולם‟ נוצט אבן עזרא אויס חידושדיקע מאַטעמאַטישע מעטאָדן, וואָס האָבן צו טאָן מיט קאָמבינאַטאָריק.
אין זײַן „ספֿר המספּר‟ דערקלערט ער, ווי אַזוי זיך צו באַנוצן מיט דער הײַנטצײַטיקער דעצימאַלער סיסטעם, וועלכע איז דעמאָלט שוין געווען באַוווּסט צווישן די אַראַבער, אָבער אומבאַקאַנט אין אייראָפּע. די ציפֿערן פֿון 1 ביז 9 באַצייכנט ער מיט די ייִדישע אותיות פֿון אַלף ביז טית, און דעם נול – וואָס ער רופֿט אָן אַ ראָד („גלגל‟) – מיט אַ קרײַזל, ווי הײַנט.
ווי אַ פֿילאָסאָף, איז ער געווען בעצם אַ פּלאַטאָניקער מיט אַ מאַטעמאַטישן טעם, בנוסח דעם גריכישן חכם פּיטאַגאָר. צוליב זײַן נטיה צו דער גריכישער און אַראַבישער פֿילאָסאָפֿיע, בלײַבן געוויסע פֿרומע ייִדן, אַרײַנגערעכנט די בראַצלעווער און די קאָמאַרנער חסידים, אומצופֿרידן מיט זײַנע קלאַסישע תּנ״ך־פּירושים.
לויט אַ באַקאַנטער לעגענדע, האָט עמעצער אַמאָל געפֿרעגט בײַ אבן עזרא אַ שאלה, צי מע מעג עסן האָניק, אויב אַ פֿליג איז אַהין אַרײַנגעפֿאַלן, האָט אבן עזרא געענטפֿערט: „פרשנו רעבתן שבדבש נתבער ונשרף‟ – „מיר האָבן דערקלערט, אַז דער האָניק־עסער ווערט אין גאַנצן אויסגעברענט.‟ הייסט עס, אַז די פֿליג ווערט בטל און מע מעג עסן דעם האָניק. דער ענטפֿער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּאַלינדראָם־קוואַדראַט, וואָס לייענט זיך אַהין און צוריק סײַ אין דער האָריזאָנטאַלער, סײַ אין דער ווערטיקאַלער ריכטונג.
ווי אַ פּאָעט אַ מאַטעמאַטיקער, האָט אבן עזרא צוגעטראַכט אַ צאָל אַנדערע שאַרפֿזיניקע פּאַלינדראָמען. זײַנע לידער האָט ער געשריבן אויף לשון־קודש, און זײַנע ספֿרים – אי אויף לשון־קודש, איז אויף ייִדיש־אַראַביש. צום באַדויערן, זענען אַ טייל פֿון זײַנע ווערק, אַרײַנגערעכנט די אַראַבישע, פֿאַרלוירן געגאַנגען. אַחוץ הונדערטער פּיוטים (בערך 270 זענען אָפּגעהיט געוואָרן), האָט ער אויך ליב געהאַט צו שרײַבן לידער־רעטענישן. צווישן אַנדערע מאָטיוון אין זײַן דיכטונג פֿיגורירן כּסדר פֿרײַנדשאַפֿט און אָרעמשאַפֿט. אַזעלכע טעמעס ווי ליבע און שיכּרות, וואָס זענען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר זײַן קרובֿ, משה אבן עזרא, און אַנדערע מיטל־עלטערלעכע ספֿרדישע פּאָעטן, זענען אין זײַנע ווערק כּמעט נישט בנימצא.
נישט געקוקט אויף זײַנע פֿאַרשיידנאַרטיקע טאַלאַנטן, איז אַבֿרהם אבן עזרא געווען אַן אָרעמער מענטש. פֿאָרט, האָט ער אויסגעווען אַ וועלט און געוואַנדערט איבער שפּאַניע, טוניס, אַלזשיר און מאַראָקאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.