כאָטש דער ייִוואָ־אינסטיטוט איז מערסטנס באַקאַנט אַ דאַנק זײַנע אַרכיוון פֿונעם אַמאָליקן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן לעבן און זײַנע פֿאָרש־פּראָיעקטן וועגן ייִדיש, איז ער אויך איינער פֿון די וויכטיקסטע קוואַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן די ייִדישע אימיגראַנטן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין אַמעריקע.
אין צוזאַמענהאַנג מיטן פֿעסטיוואַל אָרגאַניזירט דורך „קאַרנעגי־האָל‟, וואָס גיט אָפּ כּבֿוד די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון די ייִדישע און אַנדערע אימיגראַנטישע גרופּעס, האָט דער ייִוואָ לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט אויף איר וועבזײַט אַן אויסשטעלונג פֿון חפֿצים און אַנדערע מאַטעריאַלן, פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע אין אַמעריקע.
אין דער זאַמלונג קען מען זען, למשל, בילדער פֿון אימיגראַנטן, וואָס קומען אָן אין עליס־אײַלענד און בריוו צו זייערע קרובֿים; בילדער פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס קלײַבן זיך צו קומען קיין אַמעריקע, און אינפֿאָרמאַציע וועגן ייִדישע קינדער, וואָס זענען געקומען קיין אַמעריקע און זענען געוואָרן באַרימטע פּערזענלעכקייטן. צווישן די עקספּאָנאַטן זעט מען אויך די וויזע־אַפּליקאַציע־בויגנס, וואָס אָטאָ פֿראַנק, דער פֿאָטער פֿון דער באַרימטער שרײַבערין אַנאַ פֿראַנק, האָט אויסגעשטעלט אין זײַן ניט־געלונגענעם פּרוּוו זיך צו באַזעצן מיט דער משפּחה אין באָסטאָן.
ספּעציעל אינטערעסאַנט דעם ייִדישן לייענער איז אַ סעריע קאַריקאַטורן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע, וואָס פֿאַרדאַמען דעם שריט מצד דער אַמעריקאַנער רעגירונג אין 1924 אָפּצושטעלן די אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. די קאַריקאַטורן, פֿון אַזעלכע באַרימטע קינסטלער ווי זוני מאַוד און יאָסל קאָטלער, באַנוצן זיך סײַ מיט אַמעריקאַנער סימבאָלן ווי „אָנקל־סעם‟ און די פֿרײַהייט־סטאַטוע, סײַ מיט טראַדיציאָנעלע ייִדישע סימבאָלן ווי דער פּסח־סדר און יום־כּיפּור. עדי פּאָרטנוי, וואָס האָט צוזאַמענגעשטעלט די קאַריקאַטורן, איז אינספּירירט געוואָרן צו אָרגאַניזירן אַזאַ אויסשטעלונג ווי אַ רעזולטאַט פֿון די הײַנטיקע דעבאַטעס וועגן אימיגראַציע אין אַמעריקע. ער האַלט, אַז די רעטאָריק איז ניט אַזוי אַנדערש ווי ס׳איז געווען מיט 95 יאָר צוריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.