בעת זײַן לעבן איז דער נאָמען פֿון הערש אינגער (1910 - 1996) געװען גוט באַקאַנט בײַ די ליבהאָבער פֿון דער סאָװעטישער ביכער־גראַפֿיק.
לעצטנס האָט אינגער זיך קונה־שם געװען װי אײנער פֿון די סאַמע אָריגינעלע ייִדישע קינסטלער פֿון דער צװײטער העלפֿט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. דער אינטערעס צו זײַנע װערק האַלט אין אײן װאַקסן. זײַן קולטור־ירושה װערט באַהאַנדלט דורך קונסטפֿאָרשער, און דער ברײטער עולם קאָן זיך באַקענען מיט זײַן שאַפֿונג אױף אױסשטעלונגען. לעת־עתּה װײַזט דער „מאָסקװער מלוכישער מוזײ פֿון אָריענטאַלער קונסט‟ אַן אַרומנעמיקע אױסשטעלונג פֿון אינגערס װערק, װאָס נעמט אַרײַן די לעצטע פֿופֿציק יאָר פֿון זײַן קאַריערע אין קונסט.
אין משך פֿון זײַן לאַנגן לעבן האָט אינגער עטלעכע מאָל געביטן זײַן סטיל און גראַפֿישע טעכניק אָבער איז תּמיד פֿאַרבליבן געטרײַ דער טעמע פֿונעם שטעטל װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע קינדעריאָרן. ער איז אױפֿגעװאַקסן אין אומאַן, אוקראַיִנע און צװישן 1926 און 1929 שטודירט בײַם קינסטלער מאַרק עפּשטײן אין דער קיִעװער ייִדישער שול פֿאַר אינדוסטריעלער קונסט. די דאָזיקע שול איז געװען דאָס לעצטע רעשטל פֿון דער „קולטור־ליגע‟, װאָס איז פֿאַרבליבן אין אוקראַיִנע אונטער די סאָװעטן.
גלײַך נאָך דער מלחמה האָט דער מאָסקװער פֿאַרלאַג „דער אמת‟ גענומען אַרױסגעבן װערק פֿון ייִדישע קלאַסיקער אין דער רוסישער איבערזעצונג, באַגלייט מיט שײנע אילוסטראַציעס. דאָס איז געװען אַ מין ליטעראַריש דענקמאָל פֿאַר דער חרובֿ־געוואָרענער ייִדישער װעלט. אינגערס בילדער צו שלום־עליכמס „טבֿיה דער מילכיקער‟ זײַנען געװען רעאַליסטיש און פּינקטלעך, ווי דער קינסטלער וואָלט בדעה געהאַט אָפּצוהיטן אַלע פּרטים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. דער דאָזיקער רעאַליסטישער סטיל האָט זיך גוט צוגעפּאַסט צו דער דעמאָלטיקער סאָװעטישער השׂגה אַז אַ ביכער־אילוסטראַציע זאָל גענױ אָפּשפּיגלען דעם אינהאַלט פֿונעם טעקסט.
אינגערס סטיל האָט זיך שטאַרק געענדערט אין די 1970ער יאָרן. ער איז געװאָרן שפּאָרעװדיק מיט דעטאַלן אָבער מער אױסדריקלעך מיט עמאָציעס און געפֿילן. אין זײַנע גראַפֿישע װערק איז ער מחיה־מתים די װעלט פֿון זײַן קינדהײט. די ייִדישע טיפּן, װאָס האָבן זיך אָפּגעהיט אין זײַן זכּרון, װערן מגולגל אין שלום־עליכמס פּערסאָנאַזשן, די העלדן פֿון „מנחם־מענדל‟, „דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער‟, „בלאָנדזשענדע שטערן‟, „דאָס טעפּל‟, וכדומה.
צום גליק װערן איצט אײניקע פֿון זײַנע װערק פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער נײַער רוסישער אױסגאַבע פֿון שלום־עליכמס געזאַמלטע װערק אין אײנעם מיט די אילוסטראַציעס פֿון אַנדערע סאָװעטישע ייִדישע קינסטלער. אינגערס װערק פֿון יענער צײַט זײַנען מער ניט קײן רעאַליסטישע פּאָרטרעטן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. זײ באַשטײען פֿון קנאַפּע ענערגישע גראַפֿישע ליניעס, װאָס דריקן אױס דעם אינערלעכן כאַראַקטער פֿונעם פּערסאָנאַזש. דער דאָזיקער סטיל האָט גוט געפּאַסט צו דעם קינסטלערישן נוסח פֿונעם זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד‟, װאָס האָט געפּרוּװט ממשיך צו זײַן די מאָדערניסטישע טראַדיציע פֿון „קולטור־ליגע‟ אין זײַן גראַפֿישער פֿאָרם.
אָבער אינגער האָט זיך אױף דעם ניט אָפּגעשטעלט. סוף 1970ער יאָרן, שױן אױפֿן עלטער, האָט ער געשאַפֿן אַ נײַע סעריע פֿאַרביקע בילדער צו שלום־עליכמס „מאָטל פּײסי דעם חזנס‟. זײַן נײַער סטיל איז געװען פֿרײלעך און קינדעריש־נאַיִװ, מיט ליכטיקע קאָלירן און פּראָסטע ליניעס, אַזױ װי מאָטל אַלײן װאָלט זײ געמאָלט. און דאָס איז מסתּמא ניט צופֿעליק, װײַל מאָטל אַלײן האָט ליב געהאַט צו צײכענען. אַ סבֿרה, האָט שלום־עליכם בדעה געהאַט צו לאָזן אים װערן אַ קינסטלער װען ער װעט אױפֿװאַקסן, אָבער דער מחבר איז געשטאָרבן אײדער ער האָט פֿאַרענדיקט זײַן בוך. צו יענער צײַט האָט אינגער געמאַכט אַ סעריע תּנ”כישע געשטאַלטן אין גאָר אַן אַנדערן סטיל. דאָס זײַנען געװען מאָנומענטאַלע, שטאַרקע שװאַרץ־װײַסע פֿיגורן אינעם קלאַסישן סטיל.
אינגער איז ניטגעװען דער אײנציקער ייִדישער קינסטלער אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, װאָס האָט געפֿונען אַ מקום־מקלט אין דעם זשאַנער פֿון ביכער־אילוסטראַציעס. אױף דעם דאָזיקען געביט האָבן געאַרבעט תּנחום קאַפּלאַן, דמיטרי ליאָן, מאיר אַקסעלראָד, מאיר גאָרשמאַן און נתן אַלטמאַן. בײַ דער בראַנזשע האָט מען געהאַט מער פֿרײַהײט סײַ טעמאַטיש און סײַ סטיליסטיש.
בעת ייִדישע טעמעס זײַנען ניט געװען דערלױבט אין דער הױפּטשטראָמיקער סאָװעטישער קונסט, זײַנען די װערק פֿון ייִדישע קלאַסיקער פֿון דעסט װעגן אַרױס אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אי אױף ייִדיש אי אױף רוסיש, און גאַנץ אָפֿט מיט גאָר שײנע בילדער. די דאָזיקע בילדער װאַרטן נאָך אַלץ אױף אַ געהעריקער פֿאָרשונג, אָבער מען קאָן זען בפֿירוש, אַז די דאָזיקע בילדער האָבן ניט בלױז אָפּגעהיט פֿאַר דער צוקונפֿט די אַמאָליקע ייִדישע טיפּן און דעם שטעטלדיקן שטײגער. מען זעט דאָ אױך אנטערעסאַנטע סטיליסטישע המצאות. אין די ייִדישע ביכער־אילוסטראַציעס האָט װײַטער געלעבט די עקספּערימענטאַלע טראַדיציע פֿון ייִדישן מאָדערניזם, װאָס האָט אירע װאָרצלען אין דער קורצער בלי־תּקופֿה פֿון דער קיִעװער „קולטור־ליגע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.